שאלה:
 
מען זעט אין חז"ל און אין מעשה ביכלעך אז עס זענען געווען "שדים". איך וואלט געוואלט וויסן, איז נאך דא היינט צו טאגס אזא זאך ווי "שדים"? אויב יא, וואו קען מען זיי זען?
 
ענטפער:



יא, עס זענען היינט צו טאגס דא שדים. דער רבי דערציילט אונז אסאך וואונדערליכע מעשיות אין סיפורי מעשיות. יעדעס ווארט פון די מעשיות זענען אוצרות וואס מ'קען פון זיי ארויסנעמען עצות און חיזוק אויף טאג-טעגליך. עס איז פול מיט גאר גרויסע סודות.
 
איינע פון די מעשיות איז מעשה ג', די מעשה מיט'ן "חיגר", דעם "הינקעדיגן". אין גאר קורצן דערציילט דער רבי א מעשה מיט איינעם וואס האט נישט געקענט גיין אויף די פיס, וויאזוי ער האט געהאט א גבאי וועמען ער האט געטראסט, אבער ווען גנבים זענען זיי איבערגעפאלן, זענען זיך אלע אנטלאפן און ער איז געבליבן אליינס.
 
דער אויבערשטער האט געהאלפן, ער האט געטון וואס ער האט געקענט, און ער איז געווארן געהיילט און האט צוריק באקומען זיין גניבה.
 
ער האט געזען וואס עס מיינט א "צדיק" - ער טוט תשובה אויף זיינע מעשים; און א "משוגענער צדיק" וואס שרייט און פארפירט - יעדער איז שולדיג פארוואס ער איז דורכגעפאלן. זיי קריגן זיך ארום, און הרג'ענען זיך איינע דעם צווייטן.
 
דא זאגט דער רבי אז ער האט געוואלט גיין זען וואס טוט זיך מיט די שדים, "האט ער געזען אז ס'איז דארטן דא כמה וכמה אלפי אלפים ורבי רבבות משפחות פון שדים. ווארום זיי זענען פרים ורבים און האבן קינדער אזוי ווי מענטשן. און זיי זענען זייער פיל. און ער האט געזען זייער מלך איז געזעסן אויף א שטול וואס קיין שום מענטש זיצט נישט אויף אזא שטול. און ער האט געזען ווי זיי מאכן ליצנות. דער דערציילט, אז ער האט ביי יענעם א קינד מזיק געווען. און דער דערציילט, ווי ער האט יענעם א האנט מזיק געווען. און דער דערציילט, ווי ער האט א פוס מזיק געווען. און אזוי אנדערע ליצנות."
 
דא האסטו דיין ענטפער. דו פרעגסט וואס מיינט שדים? מען קען ארויסנעמען פון הייליגן רבי'נס ווערטער, אז לצים וואס זוכן נאר צו שפעטן פון אנדערע, דאס זענען שדים. ווילסטו וויסן וואו מען קען זען שדים? דארט וואו מען שטעכט זיך איינער דעם צווייטן. א פלאץ וואו עס איז ארויפגעקוקט זיך אויפצוטון איינער פאר'ן צווייטן "איך האב אים גוט אריינגעזאגט", "איך האב אים גוט אפגעטון", דארט איז א פלאץ פון שדים. אנטלויף פון דארט.
 
דער רבי זאגט אז זיי קענען אויסזען ווי געהעריגע מענטשן. ער גייט אפילו אנגעטון מיט א שטריימל און בעקיטשע, אבער ער איז נישט קיין מענטש, ער איז א מזיק, א ש"ד. אויב א מענטש לעבט אן אמונה איז ער נעבעך פארכאפט ביי די שדים.
 
זוך אויף ווי מען רעדט שיין איינער צום צווייטן, גיי צו א פלאץ ווי מען רעדט פונעם אויבערשטן, דריי דיך צווישן מענטשן וואס לעבן מיט אמונה, זיי פירן זיך אויף גוט איינער צום צווייטן. עס איז גוט צו זיין צווישן מענטשן ווי מען קוקט ארויף ווען איינער טוט זיך אויף: "איך האב היינט מחזק געווען אן איד", "איך האב היינט געשמייכלט צו אן איד", און אנטלויף פון דארט ווי מען שפעט אפ פון אזא איינעם.
 
דארט ווי מען לעבט מיט אמונה, קענען די שדים נישט האבן קיין שליטה.
 
איר קענט אריינשיקן אייער שאלה צו askgershon@gmail.com אדער צו 845-445-7447.