שובבי"ם אין די ברסלבע ישיבה
כט טבת תשפ"ד 📝
אין ישיבה תפארת התורה לעבט מען מיט די צייט, דאס מיינט אז מען לערנט נישט די סדרה ווי אן אלטע מעשה וואס איז געווען טויזנטער יארן צוריק, נאר מען לערנט עס אויף זיך אליינס, יעצט ווען מען איז אריין אין שובבי"ם, מען לערנט די פרשיות ווי די אידן זענען ארויס פון מצרים, נעמען עס די בחורים פערזענליך. מען זעט אין די פרשה אז אויך איך קען ארויסגיין פון מיין "מצר ים" וואס מיינט די ענגשאפט אין מח, און אפילו מען איז משעובד צו פרעה, קען מען טון וואס די אידן האבן געטון דעמאלטס, און שרייען צום אויבערשטן, און פאלגן דעם צדיק משה רבינו, וואס נעמט אונז אויך היינט ארויס פון מצרים, און ברענגט אונז צום בארג סיני און געבט אונז די זיסע און הייליגע תורה, אויף א וועג אז מיר זאלן וויסן אז אויך אונז קענען זוכה זיין צו זיין צדיקים און אויך אונז קענען לערנען די תורה.
ווען מען קומט אריין אין ישיבה סיי אין שטעטל און סיי אין שטאט שפירט מען א שובבי"ם לופט, די טייערע תלמידים וואס לערנען פלייסיג א גאנץ יאר לייגן צו נאך שיעורים און נאך לימודים, פילע בחורים לערנען פילע בלעטער גמרא כסדרן, די בחורים זאגן אויס גאנץ תהלים יעדע וואך, אויסער די פילע אנדערע שיעורים ווי חומש רש"י מיט תרגום,, אכצן פרקים משניות יעדן טאג, לייגן נאך פילע צו א בלאט ירושלמי, א פרק תוספתא, רבמ"ם, טור, שלחן ערוך, מדרשים, זוהר הקדוש, חסידישע ספרים און אזוי ווייטער.
דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען אז אין די טעג זאל מען זיין מער נזהר און זאגן די צען קאפיטלעך פון תיקון הכללי (ט"ז, מ"א, מ"ב, ל"ב, נ"ט, ע"ז, צ', ק"ה, קל"ז, ק"נ), און מען זאל נישט טראכטן "אזא גרינגע זאך צען קאפיטלעך תהלים" און זיך לאזן פונעם סמ"ך מ"ם וואס וויל אונז איינרעדן אז נאר שווערע עבודות קענען אונז מתקן זיין, אזוי ווי דער רבי טייטשט "ולא שמעו אל משה מקוצר רוח ומעבודה קשה", אידישע קינדער האבן נישט צוגעהערט צו משה מיינענדיג אז מען דארף טון עבודות קשות ארויסצוגיין פון מצרים. דער ראש ישיבה האט געבעטן מען זאל נישט אוועקלייגן די תיקון הכללי אויף שפעטער, נאר תיכף נאכן דאווענען מיט די רבינו תם תפילין זאל מען זאגן די צען קאפיטלעך תהלים וואס דאס איז די גרעסטע תיקון שובבי"ם.
דער ראש ישיבה האט אין איינע פון די טעג ביים פארלערענען פרקי אבות פארן דאווענען אנגעצייכענט די משנה אין פרק ד' "אלישע בן אבויה אומר, הלומד ילד למה הוא דומה, לדיו כתובה על ניר חדש. והלומד זקן למה הוא דומה, לדיו כתובה על ניר מחוק." האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ווי באקאנט איז דאס געווען "אחר", האט דער ראש ישיבה געזאגט אז אפשר איז דאס געווען זיין טעות, פארוואס ער האט נישט תשובה געטון נאכדעם וואס ער איז נעבעך דורך וואס ער איז דורך, ווייל ער האט געוואלט זיין נאר ווי א ריינע פאפיר וואס מען האט נאך גארנישט געשריבן דערויף נאר גוטע זאכן, ער האט נישט געקענט דולדן זיין דורכפאל. אבער דאס איז נישט ריכטיג, ווייל מען קען אייביג אנהייבן פון פריש און זיין ווי א קינד וואס איז היינט געבוירן אויב מען טוט תשובה.
שובו בנים שובבים