שווערע היץ-כוואליע נעמט ארום פילע לענדער
טז תמוז תשפ"ו 📝
מיליאנען מענטשן איבער אמעריקע, און אזוי אויך אין פילע טיילן פון אייראפע, מוטשען זיך אין די יעצטיגע טעג מיט א שרעקליכע היץ-כוואליע וואס ברעכט פילע רעקארדס. דער אויבערשטער'ס באדינער, די זון, באקט מיט א מורא'דיגן כח, און די טעמפעראטורן שטייגן גאר הויך ביז די געגענט פון 100 דעגרי פערנהייט (ארום 38 צעלזיוס). רעגירונג אגענטורן ווארענען אז די היץ קען האבן שווערע קאנסקווענצן אויב מען היט זיך נישט דערפון; צום אלעם ערשט טאר מען קיינמאל נישט איבערלאזן א קינד אין א קאר אליינס אפילו פאר איין מינוט, אבער אין אזעלכע וועטערס איז עס ממש א סכנת נפשות. בכלל איז געראטן אין אזעלכע וועטערס צו בלייבן אינעווייניג ווי מער אין קילע צימערן מיט עיר-קאנדישנס, און נישט פארברענגען אינדרויסן אונטער די ברענעדיגע זון מער וויפיל מען מוז.
איינע פון די גאר וויכטיגע אנווייזונגען וואס די דאקטוירים געבן איבער, איז אז מען מוז טרינקען אסאך וואסער. אין הייסע וועטער שוויצט מען אסאך און דער גוף פארלירט פליסיגקייט גאר שנעל; אויב מען טרינקט נישט גענוג, קען מען חלילה שנעל ווערן דעהיידרעיטעד (אויסגעטרוקנט). זיי זאגן אן אז מען זאל נישט ווארטן ביז מען פילט שוין דורשטיג, ווייל דעמאלטס קען שוין זיין צו שפעט. בפרט איז דאס אמת ביי קינדער און ביי עלטערע מענטשן, וואס שפירן נישט שטענדיג אזוי שנעל אז זיי זענען דורשטיג.
מיר לעבן היינט אויך אין א געפערליכע און שעדליכע רוחניות'דיגע היץ-כוואליע וואס פלאקערט אויף די וועלט. עס ברענט א פייער פון ליצנות, כפירה און מינות. דער סמ"ך מ"ם פארארבעט מעשים אונז אלע אריינצואווארפן אין זיין נעץ פון חלישת הדעת און יאוש, וואס אויב מען איז אויסגעשטעלט דערצו - אפילו בלויז פאר א קורצע צייט - איז עס זייער געפארפול.
בפרט דארף מען זיך אכטונג געבן פון "פרומע לצים" וואס מיינען לכאורה נאר גוטס; דער פרומער לץ איז פיל מער געפארפול. זיין גרויסער קאפל, זיינע סטראקעס און די פרומע גרימאסן קענען זיין בלויז א גרויסע מאסקע. אויב שפעט ער אפ פון א פלאץ וואס ברענגט מיר נענטער צום אויבערשטן, דארפן מיר שטיין גאר ווייט פון אזא מענטש. ווייל "ליצנות אחת דוחה מאה תוכחות" - איין קליינע מאך מיט די האנט קען מאכן א מענטש, וועמען דער צדיק האט שוין ארויסגענומען פון שאול תחתית און צוריקגעברענגט צום אויבערשטן, אינגאנצן פארגעסן פון אלעס.
פון די אנדערע זייט קען אפילו אן אמת'ער ערליכער איד גענצליך אפגעקילט ווערן פון אידישקייט דורך בלויז א ביסל ליצנות; מען קען חלילה פארלירן די גאנצע אמונה, און עס קען אים מאכן קאלט פון דאווענען און לערנען די הייליגע תורה.
וואס איז די עצה דערצו? טרינקען וואסער כדי נישט צו ווערן 'דיהיידרעיטעד'. כדי צו בלייבן געזונט און פריש, דארף מען כסדר טרינקען וואסער און נישט ווארטן ביז מען פילט זיך שוין אויסגעטרוקנט, וואס דאן קען שוין זיין חלילה צו שפעט. אפילו ווען עס גייט דיר גוט, מאך דיר א שיעור יעדן טאג אין די הייליגע ספרים פונעם רבי'ן; טרינק פונעם קוואל, פונעם נחל נובע מקור חכמה. לערן א בריוו אין אשר בנחל אדער עצתו אמונה, דאס וועט דיר האלטן פריש און געזונט, דו זאלסט נישט ווערן דיהיידרעיטעד אין היץ כוואליע.
ווען א מענטש עפנט אויף א ספר פונעם רבי'ן, א בריוו פון מוהרא"ש, אדער הערט א שיעור פונעם ראש ישיבה, גיסט ער אריין אין זיך פרישע קאלטע וואסער וואס לעבט אויף זיין נשמה. די הייליגע עצות פון אמונה און שמחה היטן אפ דעם מענטש ער זאל קענען ביישטיין די אלע נסיונות, און עס גיסט אריין אין אים א פרישקייט אין עבודת השם.
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.