מיט גרויס צער טיען מיר באריכטן איבער א שרעקליכע טראגישע עקסידענט וואס האט פאסירט פאריגע ליל שישי אין וואס צוויי חשובע חסידישע אינגעלייט זענען נעבעך אומגעקומען אין א אינגן עלטער.
 
דאס איז געשען אין די געגענט פון מאונטעין דעיל געגענט (נישט ווייט פון וואודרידזש) ניו יארק, ווען די קאר אין וואס זיי זענען געפארן ביינאכט אין א שטארק געדרייטע ראוד, האט זיך אראפ געגליטשט פון די ראוד און האט אויפגעריסן אין פלאמען אין די זייט פון די ראוד, די פילע חשוב'ע הצלה מעמבערס וועלכע זענען תיכף געקומען צו פארן, האבן ליידער נישט געקענט מער ווי באשטעטיגן די צוויי טייערע קרבנות וואס דער שוידערליכע עקסידענט האט געקאסט פאר כלל ישראל.
 
די חשובע נפטרים זענען שנעל אידענטיפיצירט געווארן, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז אינעם אומגליק זענען אומגעקומען די צוויי חשובע אינגעלייט מו"ה ישראל שלום אשרי ע"ה, א חשובער בעלזער חסיד, וואס לאזט איבער צוויי קליינע יתומים, און מו"ה ישראל מענדל וויינבערגער ע"ה, א חשובער סאטמארער חסיד פון וויליאמסבורג, וואס האט איבערגעלאזט דריי יתומים.
 
די טייערע נפטרים זענען געווען באקאנט פאר זייערע פילע מעשים טובים, בפרט האט מען געהערט רעדן איבער די פילע סכומים צדקה וואס זיי נעמען זיך מיט מיט זיך יעצט ווען זיי האבן איבערגעלאזט די וועלט, און איבער די פילע שמייכלען און גוטע ווערטער וואס זיי האבן נישט געשפארט פאר יעדעם וואס איז געקומען אין בארירונג מיט זיי.
 
דער ראש ישיבה שליט"א האט נעכטן מוצאי שבת קודש גערעדט פון דעם פאסירונג וואס האט אויפגעשוידערט יעדן איד, און דערמאנט אז יעדער דארף זען ארויסצונעמען דערפון חיזוק אויף למעשה וואס מיר האבן צו טון אויף דער וועלט. דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז ווען מען פארט ארויס אויפן וועג זאל מען אריינלייגן א פרוטה אין די פושקע און בעטן דעם אויבערשטן אז מען זאל פארן און קומען געזונטערהייט, און מען זאל זאגן ערליך תפלת הדרך. דער ראש ישיבה האט צוגעלייגט אז אפילו מען פארט אויף א וועג וואס מען קען על פי הלכה נישט זאגן תפלת הדרך, זאל מען זאגן די הייליגע תפלה אָן א שם ומלכות, ווייל יעדע תפלה וואס א מענטש בעט ביים אויבערשטן איז מורא'דיגע חשוב.
 
אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט אז א מענטש דארף זיך בארעכענען און אריינטראכטן, א מענטש האט פלענער, איך גיי דאס טון איך גיי יענץ טון, אבער עס קומט א טאג אומגעפלאנט און אומבאשטעלט און מען רופט אהיים. דערפאר דארף מען בעיקר פאקוסן אויף וואס קען איך טון מצוות און מעשים טובים אויף דער וועלט, ווייל דער באנק אקאונט מיט די שליסלעך קען מען נישט מיטנעמען, אבער יעדע צדקה, יעדע תפילין, יעדע שמייכל פאר א איד, יעדע משנה, יעדע פסוק חומש, נאר דאס לאזט מען ארויף און נאר דאס קען מען מיטנעמען אויף יענע וועלט, וואס פון דעם וועט מען האבן וואס צו עסן, און וואו צו וואוינען און וואס אנצטון אויף יענער וועלט.
 
והלך לפניך צדקיך