שווערע שטורעם לאזט איבער לייכטע שאדנס פארן בנין אין אומאן פארגאנגענעם יום כיפור
יב תשרי תשפ"ה 📝
מיר דאנקען דעם אויבערשטן אויף דעם הערליכן יום טוב ראש השנה וואס מיר האבן בייגעוואוינט פארגאנגענעם ראש השנה, און מיר זענען זיכער אז מיר האבן געפועלט אלעס גוטס, א זיס לעכטיג יאר און אלעם גוטן.
אין אן אינטערעסאנטע קרישקעלע קומט אריין א באריכט פון אומאן, אז נעכטן יום הקדוש האט זיך אראפ געלאזט א שווערע שלאקס רעגן, ווי מען זאגט האט זיך ווי געעפענט דער הימל און עס האט אזוינס געשטורעמט מיט גאר שטארקע דינערן און בליצן.
אינמיטן דעם שטורעם האט מען געהערט א געפערליך קראך, און מען האט געזען שטארקע אויפרייס אויפן דאך פונעם בנין, די ארבייטער האבן זיך צוערשט גאר שטארק דערשראקן זייענדיג זיכער אז א רוסישע מיסל וואס האט זיך פארבלאנדשעט פונעם ציל האט נארוואס געלאנדעט אויפן בנין? אבער געלויבט דעם אויבערשטן אז עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז עס געווען א שטארקער בליץ פונעם שטורעם האט אריינגעריסן אינעם בנין.
נאך יום טוב האט מען תיכף צוגעטרעטן צו אפשאצן די שאדענס צו זען וואס איז געשעדיגט געווארן, און מען קען ב"ה מעלדן אז די שאדענס זענען נישט צו גרויס, דער דאך האט געליטן אביסל שאדענס, די וואנט פון דרויסן איז לייכט געשעדיגט געווארן, עס איז אויך געשען לייכטע שאדן צו די עלעקטריק סיסטעם, פארשדידענע ווייערס און באלבס זענען געווארן פארברענט.
אביסל צו מסביר זיין די נפלאות הבורא: בליצן פאסירן ווען די וואלקענעס ווערן אנגעפילט מיט עלעקטריציטעט, און די לאסט ווערט אזוי גרויס אז די וואלקענעס קענען עס מער נישט פארנעמען. די עלעקטריציטעט זוכט דאן דעם גרינגסטן וועג זיך צו באפרייען און דערגרייכן די ערד וואס קען איינזאפן די עלעקטרישע ענערגיע. בדרך כלל וועלן בליצן אין אלעס וואס שטעקט ארויס, ווי למשל א גאר הויכע בוים, וואס קען זיין דער גרינגסטער ציל פאר'ן בליץ.
אויב א בנין כאפט א בליץ, גייט דער בליץ געווענליך אריין אין די עלעקטרישע ווייערס צוליב דעם וואס זיי זענען שטארק 'קאנדוקטיוו', דאס הייסט זיי טראגן עלעקטריציטעט זייער גרינג. אבער, ווייל דער בליץ אנטהאלט א ריזיקע וואלטעדזש, פיל העכער פון וואס די ווייערס קענען אויפנעמען, קען דאס פאראורזאכן שאדנס ווי פארברענטע ווייערס און עלעקטרישע פאנעלן.
מוהרא"ש פלעגט זאגן "איך האב גארנישט, איך דארף גארנישט, איך בין גארנישט", דערפאר קען מיך קיינער גארנישט צונעמען, אויב מען כאפט א פליק אבער מען ווייסט אז ממילא דארף איך איין טאג צוריק גיין צו די ערד, דאן גייען אלע בליצן און אויפרייסן תיכף אריין צו דער ערד און דער מענטש ווערט נישט געשעדיגט, דאס איז דער גייסטישער 'בליץ כאפער' וואס מיר לייגן ארויף אויף אונז.
ביי הויכע געביידעס וועט מען לייגט א פיזישע 'בליץ כאפער', וואס זענען אייזענעס וואס שטעקן זיך ארויס העכער די געביידע. און דינט אלס איינלאדענונג פאר די בליצן, זיי זאלן זיך אנכאפן אין זיי און נישט שעדיגן די געביידע. ווען די בליץ כאפערס כאפן א בליץ, טראגן זיי גלייך די ענערגיע אראפ צו דער ערד ('גראונד'), און דער געביידע ווערט, מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, פארשוינט.
לאמיר זיך האלט פארבינדן מיט'ן אויבערשטן און געדענקען אז אלעס קומט פון אים, דאן וועלן אלע חיצים ובליסטראות וואס ווערט געווארפן קעגן אונז אויך תיכף אראפ גליטשן, און מיר וועלן ארויסגיין דערפון אומגעשעדיגט בעזר השם יתברך.