שוין צייט צו דינגען בעטן אויף ראש השנה אין אומאן
כג טבת תשפ"ב 📝
מיר דערנענטערן זיך שוין צו חודש שבט, א צייט ווען דער הייליגער רבי נתן פלעגט אנהויבן ארומפארן מחזק זיין אנשי שלומינו זיך צו גרייטן אויף די נסיעה צו פארן צום הייליגן רבינ'ס ציון אין אומאן אויף ראש השנה, אזוי ווי דער הייליגער רבי האט געבעטן אז יעדער זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, און ער האט צוגעזאגט געוואלדיגע הבטחות אויף דעם.
דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן תג): "הראש השנה שלי עולה על הכל", ראש השנה ביי מיר איז גרעסער פון אלעס, מיין גאנצע זאך איז ראש השנה, קיינער טאר נישט פעלן". ווי פארכטיג איז דער יום טוב ראש השנה ווען מ'שרייבט אפ אין הימל פאר יעדן מענטש אלעס וואס וועט פאסירן צו אים במשך די גאנצע יאר, און דער רבי האט זיך אונטערגענומען אז ער וועט זיין אן אדוואקאט פאר די אלע וואס קומען צו אים אויף ראש השנה, ער וועט זיכער מאכן אז מ'וועט אנשרייבן פאר זיי א גוט געבענטשט יאר. ווען א מענטש הערט אזעלכע געוואלדיגע הבטחות, וויל ער דאך זיכער קומען צום רבי'ן אויף ראש השנה, און מען זעט טאקע אז יעדעס יאר קומען צו נאך טויזנטער אידן פון איבער די גאנצע וועלט מיטצוהאלטן דעם רבינ'ס ראש השנה אין אומאן.
אין די לעצטע עטליכע יאר, נאכ'ן באנייען דעם בנין היכל הקודש אין אומאן, איז עס גאר שנעל אנגעפילט געווארן, וויפיל שטאקן און בעטן מען לייגט צו כסדר, ווערט עס גלייך שנעל אנגעפילט, עס ווערט ברוך ה' נתרבה מער און מער תלמידים יעדעס יאר, און עס איז נישט מעגליך נאכצוקומען דעם גרויסן פארלאנג.
דעריבער איז באשלאסן געווארן אז דאס יאר וועט מען אי"ה אנהויבן שוין פון ראש חודש שבט צו פארדינגען בעטן אינעם בנין היכל הקודש פאר דעם קומענדיגן ראש השנה תשפ"ג, און דאס וועט אנגיין נאר ביז ראש חודש ניסן, נאכדעם וועט די פרייז ארויפגיין צו טויזנט דאלער א בעט.
גרייט אייך באצייטנס צום ראש השנה ביים רבי'ן, און מאכט שוין אייערע פלענער צו דינגען א בעט אינעם בנין, ווי לאנג עס איז נאך דא צו באקומען, מיר וועלן נישט קענען גאראנטירן א בעט פאר קיינעם נאך ראש חודש ניסן הבעל"ט. צו דינגען א בעט רופט אין אמעריקע 347-452-1936, אין ארץ ישראל 0548456150.
גלייכצייטיג ווילן מיר דערמאנען וואס מיר האבן געמאלדן די פארגאנגענע וואך איבער דעם נייעם סערוויס דורך די בארימטע טראוול אגענטור "פלען איט רייט" אז מ'קען שוין יעצט אנהויבן אריינלייגן צוביסלעך געלט פאר אן עירליין טיקעט צו קענען פארן צום הייליגן רבי'ן אויף ראש השנה, רופט אריין 845-678-3555, און דרוקט עקסטענשאן 109.
וכל באי עולם יעברון לפניך כבני מרון!
📰 נייע סערוויס פון פלען איט רייט צו צאלן צוביסלעך דעם טיקעט פון אנהייב יאר
📰 חודש טבת תשפ"ב: די ארבעט אויפן בנין אין אומאן גייט ווייטער
📰 נייע פאליציי קאמאנדיר אין אומאן