שושן פורים ביים ראש ישיבה שליט"א
 
מוצש"ק איז מען זיך צוזאם געקומען צום סעודת משתה היין, מען האט געטאנצט און זיך געפריידט אז מען איז זוכה צו לעבן מיט'ן אייבערשטן, זיך פרייען מיט די תורה און מיט אידישקייט "הדר קבלוה בימי מרדכי ואסתר".
 
זונטאג נאכמיטאג זענען זיך ווידער צוזאם געקומען אנשי שלומינו פון נאנט און ווייט צום סעודת שושן פורים המשולש, מען האט זיך געוואשן צו א סעודה, דער ראש ישיבה האט געגעבן א שיינע חיזוק שמועס: עס שטייט אין די גמרא "כָּל יִשְׂרָאֵל יֵשׁ לָהֶם חֵלֶק לָעוֹלָם הַבָּא", א בלאט פריער זאגט די גמרא "אֵיזֶה בֶּן עוֹלָם הַבָּא, לֹא מַחֲזֻק טוּבָא לְנַפְשֵׁיה" ער דארף גארנישט, האט דער ראש ישיבה געפרעגט יעדער האט עולם הבא, אדער נאר דער וואס דארף גארנישט, האט דער ראש ישיבה געזאגט, אויף יענער וועלט האט יעדער עולם הבא, אבער אויף דער וועלט ווילסטו האבן אן עולם הבא'דיגע לעבן, וואס מער דו וועסט לעבן אז דו דארפסט גארנישט, דו ווילסט גארנישט, דו ווילסט נאר וואס דער אייבערשטער וויל, וועסטו האבן א גן עדן אויף דער וועלט. אויך האט דער ראש ישיבה שטארק גערעדט איבער דעם אז עס קומט שוין נענטער צו פסח, מען קויפט איין, זאל מען נישט קרעכצן "אוי עס קאסט מצות" "אוי יום טוב קאסט", מען זאל אריינברענגען פסח מיט א שמחה און געשמאק, אָן קיין נערוועזקייט, אָן קיין קרעכצענישן, ווייל שמחה איז דאס וויכטיגסטע פאר שטוב.
 
דערנאך האט מען געמאכט א הערליכע פארשטעלונג דורך המלמד מומחה מו"ה בערל שניטצלער הי"ו, און דער מלמד מומחה מו"ה אהרן לונגער הי"ו און מו"ה לייבי אפעל הי"ו, מען האט געמאכט ליצנותא דעבודה זרה, וויאזוי עס זעט אויס אויב מ'האט נישט דעם דרך הלימוד און מען בייגט זיך נישט איין דעם קאפ פאר'ן צדיק.
 
לְהוֹדִיעַ שֶׁכָּל קוֹוֶיךָ לֹא יֵבוֹשׁוּ וְלֹא יִכָּלְמוּ לָנֶצַח כָּל הַחוֹסִים בָּךְ!