די שטארקייט פון צעמענט
יא אייר תשפ"ו 📝
שאלה: וויאזוי מאכט מען צעמענט? צוערשט וויל איך פארשטיין וואס איז די זאמד-שטויב וואס מען מישט אויס מיט וואסער, און פון וואו קומט עס? צווייטנס, וויאזוי ווערט עס הארט ווי א שטיין נאכדעם וואס עס טרוקנט אויס? און דריטנס, צעמענט איז מצד אחד זייער שטארק – עס קען האלטן אויף זיך א בריק מיט צענדליגער טראקס און באסעס – אבער מצד שני קען מען אפברעכן שטיקלעך דערפון מיט די בלויזע הענט. קענט איר מיר ביטע ענטפערן א גוטע תשובה אין די "אלץ און אלעמען" רובריק?
גרשון קרעמער
ענטפער: האסט געפרעגט אסאך שאלות, לאמיר גיין על ראשון ראשון. וואס איז דער צעמענט-שטויב? ווי איר פארשטייט אליין, איז עס נישט קיין פשוט'ע זאמד; עס באשטייט פון עטליכע קאמפאנענטן. בעיקר איז עס קאלך (Limestone) און ליים (Clay). מען הייצט אן די קאלך און ליים שטיינער גאר הייס (יא, א פשוט'ע "קאלך אויוון") ביז זיי ווערן צולאזט, און דערנאך ווערן זיי צוריק פארהארטעוועט. נאכדעם צומאלט מען דעם שטיין צו שטויב, און דאס איז די "זאמד" מיט וואס מען מאכט צעמענט.
יעצט, וויאזוי ווערט עס טאקע הארט ווי א שטיין? עס ווערט נישט הארט ווייל עס ווערט "אויסגעטרוקנט" אזוי ווי עס זעט אונז אויס, נאר עס ווערט הארט דורך א כעמישע רעאקציע. דער אויבערשטער האט אריינגעלייגט אין פארשידענע מאטעריאלן א טבע, אז אויב זיי קומען זיך צוזאמען איינס מיט'ן צווייטן, האבן זיי א השפעה און עס ווערט א נייע בריאה; בערך אזוי ווי פון מעל און וואסער ווערט א טייג און דערנאך ברויט. ברויט איז נישט קיין מעל, עס איז א פרישע בריאה וואס ווערט געשאפן נאכדעם וואס דאס מעל און דאס וואסער קומען צוזאמען. ווען די צעמענט-שטויב רירט אן וואסער, פאסירט אן אנדערע סארט כעמישע רעאקציע, און עס הייבן זיך אן צו פארמירן קליינע קריסטאלן וואס קניפן זיך אן איינס אינעם צווייטן גאר שטארק, ביז די גאנצע זאך ווערט איין שטיק הארטע שטיין.
פרעגסטו, וויאזוי קען עס זיין שטארק און שוואך אין די זעלבע צייט? אויף דעם איז דער ענטפער, אז צעמענט איז שטארק ווען עס קומט צו אויסהאלטן דרוק, אבער עס איז שוואך ווען מען וויל עס בייגן. דאס איז פארקערט פון אייזן, וואס לאזט זיך טאקע בייגן אבער עס וועט זיך זייער שווער איבערברעכן, בעת צעמענט וועט זיך גאנץ גרינג ברעכן ווען מען לייגט אויף עס א בייגעדיגע דרוק. דאס איז די סיבה פארוואס מען לייגט אריין אייזערנע שטעקענס (ריבאר) אינעם צעמענט, אזוי ארום באקומט מען א גוטן באלאנס פון ביידע כוחות, און עס קען פיל בעסער אויסהאלטן אלע סארטן דרוק.
ווען מיר חזר'ן אמונה און מיר גייען אין די וועגן פון אברהם אבינו, וואס האט זיך געהאלטן שטארק מיט זיין אמונה און איז דורכגעגאנגען דעם נסיון פונעם קאלך אויוון, באקומען מיר די כוחות זיך צו האלטן שטארק און זיך נישט בייגן פארן שטערקסטן דרוק; ווייל אויב מיר געבן זיך איבער פארן אויבערשטן, קען אונז קיינער גארנישט טון.