א שטארקע בלויע כוואליע ווערט ערווארטעט מארגן אינעם וואל-טאג אין אמעריקע
כב חשון תשפ"ז 📝
פון: גרשון קרעמער
מארגן דינסטאג גייען פארקומען די "מידטוירם" וואלן איבער גאנץ אמעריקע. דא ביי אונז אין ניו יארק וועט מען שטימען פארן גאווערנער פון די סטעיט, פאר די סטעיט סענאטארן און אסעמבלי-לייט אין אלבאני, און פאר קאנגרעס פארטרעטער אין וואשינגטאן; אזוי אויך קומען פאר אין פילע שטעטלעך וואלן פאר לאקאלע פאזיציעס. מען האט שוין געקענט שטימען פריער דורך "עירלי וואוטינג" זינט פאריגע וואך זונטאג, אבער אצינד זענען די לאקאציעס שוין פארמאכט, און מען קען נאר גיין שטימען אינעם אפיציעלן וואל-טאג, מארגן דינסטאג פרשת חיי שרה. די שטום בודקעס וועלן זיין אפן פון זעקס אזייגער אינדערפרי ביז ניין אזייגער ביינאכט. פאר ווער עס וויל שפארן צייט, איז ראטזאם צו גיין גלייך אינדערפרי, וויבאלד דער מציאות איז אז רוב מענטשן שטופן אפ זאכן אויף שפעטער, און וואס שפעטער עס ווערט אלס לענגער ווערן געווענליך די שורות, בעת אינדערפרי קען מען געווענליך שטימען "אריין און ארויס" גאר שנעל.
אזוי גייט עס שוין יארן לאנג, די וואס פירן די רעגירונג טוישן זיך כסדר, נאר אין דער אלטער היים פלעגט א טויש זייער אפט קומען נאך א מלחמה אדער א רעוואלוציע, וואס האט ליידער געקאסט פילע נפשות און איבערגעקערט די גאנצע ווערטשאפט. היינט צו טאגס, ב"ה, געשעט עס רוב מאל אויף א פרידליכן אופן, ווען די בירגער באקומען די געלעגנהייט ארויסצוזאגן זייער מיינונג וועם זיי ווילן זעהן זיצן אויף די רעגירונג בענקלעך.
פונקט ווי אמאל, אין די צייטן ווען מ'האט נישט געהאט קיין שום מעגליכקייט צו שטימען, האט יעדער קלאר געוויסט אז אלעס ווערט געפירט בלויז פונעם אויבערשטן – סיי דער קעניג וואס פירט די מלוכה אויפן העכסטן אמט, די מיניסטארן אדער דער פריץ – פונקט אזוי איז עס היינט צוטאגס. כאטש עס שפירט זיך כאילו "איך" בין דער וואס וועלט אויס דעם פרעזידענט, דעם גאווערנאר אדער דעם טאון קאונסיל מעמבער, דארף מען געדענקען אז באמת ליגט אלעס נאר אין די הענט פונעם באשעפער.
פונדעסטוועגן, איז עס א וויכטיגע זאך נישט צו בלייבן אינדערהיים אום עלעקשאן דעי. די עוסקים בצרכי ציבור שתדל'ן ביי די רעגירונג באאמטע א גאנץ יאר פאר אונזערעט וועגן, און די פאליטישאנס זיצן דארט נישט לשם שמים; זיי זוכן באצאלט צו ווערן פאר זייער ארבעט. זיי דארפן אבער נישט קיין געלט, זיי זוכן "כבוד". ווען מיר גייען שטימען פאר זיי, צייגן מיר ארויס הכרת הטוב, און דאס גיט די נויטיגע כח פאר די עסקנים ווייטער צו פועל'ן ביי די פאליטיקאנטן זיי זאלן זיך רעכענען מיט די געברויכן פון היימישע אידן און נישט צולאזן קיין דיסקרימינאציע קעגן ערליכע אידן שומרי תורה ומצוות.
אין די זעלבע צייט קומען די עסקנים ארויס מיט א דרינגענדע בקשה פאר די וואס פארמאגן בלויז א "גרין קארד" און זענען נאך נישט קיין פולשטענדיגע אמעריקאנער בירגער, אז זיי זאלן בשום אופן נישט גיין וואוטן! נישט ביי די פרעזידענטליכע וואלן, נישט ביי די מידטורמס, און אפילו נישט ביי קיין שום לאקאלע עלעקשאנס.
לויט ווי די עסקנים געבן איבער, זענען די אימיגראציע באאמטע געווארן גאר שטרענג לעצטנס, און ליידער זיצן שוין עטליכע היימישע אידן פאר עטליכע וואכן אין תפיסה בלויז צוליב דעם וואס זיי האבן געוואוט אין אן עלעקשאן.
א מענטש וואס איז נישט קיין בירגער און ער שטימט ביי א פעדעראלע עלעקשאן (ווי למשל דאס יאר ווען מ'וועלט פאר קאנגרעסלייט), קען אויסשטיין ביז א יאר תפיסה. חוץ מזה, בלויז דאס זיך רעגיסטרירן צו שטימען און אנגעבן אז מ'איז א סיטיזען, איז שוין א באזונדערע פארלעצונג; לויטן געזעץ קען מען אזא איינעם ארויסשיקן פון אמעריקע, און ער קען פארלירן די געלעגנהייט צו ווערן א סיטיזען בכלל.
די מבינים זאגן פאר א שווערן טאג פאר די רעפובליקאנער, און מ'שאצט אז זיי וועלן פארלירן זייער אויבערהאנט אינעם קאנגרעס. אזוי אויך, לויט די אנקעטעס, וועלן זיי פארלירן זייער רוב ביי די גאווערנארס, און אפילו אינעם סענאט זענען זייערע שאנסן אנצוהאלטן די מאיאריטעט זייער קליין.
אבער נישט קיין חילוק ווער עס וועט למעשה געווינען, זאל דער אייבערשטער העלפן אז אלעס זאל זיך אויסארבעטן לטובת אידישע קינדער; מיר זאלן קענען מחנך זיין אונזערע קינדער דא אין גלות אויפ'ן דרך פון אונזערע הייליגע אבות אברהם, יצחק און יעקב, און זיי זאלן לעבן מיט אזא קלארע אמונה אז זיי זאלן שטענדיג שפירן אז דער באשעפער איז מיט זיי.
הוי מתפלל בשלומה של מלכות, שאלמלא מוראה איש את רעהו חיים בלעו.
פאר קאמענטארן אדער שאלות ביטע רופט אדער טעקסט 845-445-7447 אדער שיקט אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.