היינט האט דער ראש ישיבה געשריבן זייער א שיינע בריוו, ווי ער שמועסט זיך זייער שיין אויס מיטן ציבור, און שרייבט אז ער פארשטייט אז עס קומט אן שווער צו בעטן פון חברים, מען שעמט זיך, דער ראש ישיבה בעט אבער אז מען זאל פארשטיין ווי שווער עס איז אים, ווי ער דארף דרייען און בארגן ריזיגע געלטער. און דאס אלעט טוט ער נאר פאר אונזערע קינדער, פאר אונזערע מוסדות.
 
דער ראש ישיבה ברענגט ארויס, אז ער פאר זיך אליינס בארגט קיינמאל קיין געלט, ווי מוהרא"ש פלעגט אלץ ווארענען אז מען זאל נישט בארגן קיין געלט. און אפילו ווען עס קומט צו צדקה זאל מען געבן נאר וויפיל מען האט, אפילו א קלייניקייט. נאר אז עס קומט אז מען דארף בויען די קהילה און מוסדות, פאר דעם בארגט ער יא.
 
 דער ראש ישיבה שרייבט אז מען זאל אריינטראכטן וואס דאס מיינט, און ווי שווער דאס איז ווען מען דארף דרייען מיט איבער צוויי מיליאן דאלער חובות. דער ראש ישיבה שרייבט ווייטער און ברענגט ארויס אז וואס איז דאס ערגסטע וואס קען פאסירן? מען וועט זאגן "איך האב נישט", "איך געב נישט פאר ברסלב", "איך האב שוין געגעבן", פארדעם זאל מען נישט רופן קיינעם?
 
דער ראש ישיבה פירט אויס דעם בריוו מי די ווערטער: "איך בעט דיר, העלף מיר; איך וועל דיר זאגן דעם אמת, איך פארלאז זיך בכלל נישט אויף דיר, איך פארלאז זיך נאר אויפן באשעפער, אבער אז דו וועסט זיין דער גוטער שליח וועט זיין גוט פאר דיר בזה ובבא"
 
איר קענט זיך נאך משתתף זיין אינעם קאמפיין, און האבן א חלק אין די הייליגע ארבעט פון פארשפרייטן דעם אייבערשטנ'ס נאמען אויף דער וועלט. charidy.com/breslev.