שטארקע סוקסעס מיט די פלעי "דער בערגער און דער ארעמאן"
כה שבט תשפ 📝
די געשפרעך פונעם טאג איז יעצט איבער די גאר דראמאטישע העכסט אינטערעסאנטע פארשטעלונג "דער בערגער און דער ארעמאן", וואס איז אהערגעשטעלט געווארן די וואך זונטאג און מאנטאג דורך די "בית פיגא ברסלב" תלמידות, אין די זאלן פון עדן פאלאס אין וויליאמסבורג, מיט די באטייליגונג פון הונדערטער פרויען וואס זענען געקומען צו פארן פון נאנט און ווייט מיטצוהאלטן די פלעי.
אום זונטאג איז די פלעי געשפילט געווארן צוויי מאל, איינמאל נאכמיטאג און די צווייטע מאל ביינאכט, און אום מאנטאג איז די פלעי פארגעקומען איינמאל פארנאכטס.
אלע באטייליגטע פרויען זענען געווען גאר שטארק באגייסטערט ווי שיין עס איז געווארן אויפגעשפילט די מעשה וואס דער הייליגער רבי האט דערציילט, און ווי פאכמאניש די מיידלעך האבן עס אהערגעשטעלט מיט לעבעדיגע פארבן.
ווען מ'האט געדרוקט צום ערשטן מאל דעם הייליגן רבינ'ס ספר "ספורי מעשיות", האט דער הייליגער רבי געזאגט אז מ'זאל עס דרוקן אויך אין אידיש, אז פרויען און קינדער זאלן עס אויך קענען ליינען און פארשטיין, ווייל די הייליגע מעשיות האבן אין זיך געוואלדיגע כוחות אויפצואוועקן א מענטש פון שלאף, ער זאל נישט פארשלאפן זיינע טעג און יארן מיט נארישקייטן, נאר געדענקען דעם תכלית אז מיר זענען דא אויף דער וועלט נאר צו ווערן נאנט צום אייבערשטן און צו לעבן מיט'ן אייבערשטן.
דאס איז סתם אזוי ווען מ'ליינט די הייליגע מעשיות, און זיכער ווען מ'שפילט אויף די מעשה לעבעדיג, גייט דאס אריין אין די ביינער און עס וועקט אויף דעם איד צום אייבערשטן. אויסער די פילע מוסר השכל'ס וואס מ'קען פשוט ארויסנעמען פון די מעשיות, ליגט אין דעם נאך געוואלדיגע גרויסע סודות התורה.
און דאס האט מען טאקע געזען יעצט ביי די פלעיס, ווי די פרויען האבן גאר שטארק הנאה געהאט און באקומען אסאך חיזוק און התעוררות פון דעם שיינעם אינהאלטספולן פלעי, זאכן וואס מ'קען מיטנעמען אין לעבן, די חיזוק און עצות פון הייליגן רבי'ן העלפן און באגלייטן יעדן איד אויף טריט און שריט.
למען תספר באזני בנך!