שטודיע באשטעטיגט אז אמונה געבט פאר א מענטש לעבן
כב אב תשפ"ד 📝
א לעצטיגע שטודיע דורכגעפירט דורך עטליכע גאר בארימטע געזונטהייט פארשער אין "מאיא קליניק" זאגט אז מענטשן וואס האבן אמונה, זיי גלייבן אין אויבערשטן, וועלן לעבן אסאך לענגער און געזונטער, און וועלן זיך היילן גיכער און בעסער אין פאל פון א קרענק.
די פארשער האב אנגעוויזן אז מען האט קלאר אנגעזען די שטארקע עפעקט וואס די אמונה האט אויף די גייסטישע געזונט, און מענטשן וואס גלייבן אין העכערס וועלן האבן אסאך מער האפענונג, וועלן זיין אסאך מער אפטימיסטיש, און שפירן א סיפוק און טעם אין לעבן, זייער סטרעס שטאפלען זענען אסאך שוואכער, און דאס האט א דירקעטע שייכות מיט זייער גשמיות'דיגע געזונט, וואס אפילו אין פאל מען ווערט חס ושלום אנגעשטעקט פון עפעס, ארבעט זייער אימיון סיסטעם אסאך בעסער, און מיט זייערע אמונה האבן זיי אסאך בעסערע שאנסן צו ווערן אויסגעהיילט און ארויסגיין פון שפיטאל געזונט אין שטארק.
דאס איז אויסער דעם וואס די פילע הילף וואס ערליכע אידן געבן איינע פארן צווייטן, וואס שטארקט און געט מוט פאר די חולי ישראל, און געבט זיי די שטופ און מאטיוואציע צו פייטן זייער מחלה, און נעמט זיי ארויס פון קראנקן בעט שנעל און גרינג בעזרת השם יתברך.
פאר אונז חסידי ברסלב איז דאס בכלל נישט קיין נייעס, ווי דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט אין ספר "אשר הי' אל יואל" "ווי מער א מענטש טראכט פונעם אייבערשטן באקומט ער מער כח און שטארקייט. ווען א מענטש ליגט קראנק אין שפיטאל, דער אויבערשטער זאל אפהיטן, אויב האט ער אמונה, ער גלויבט אינעם אויבערשטן, געבט דאס אים כח ער זאל קענען באקעמפן זיין קרענק", דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט ווייטער אז מוהרא"ש פלעגט זאגן אז דאס קען מען זען אפילו ביי גויים, אויב איז ער א גלויביגער, וועט ער גרינגער באקעמפן זיין קרענק. ווייל ער האט ביי זיך אין מח אויף וואס ארויס צו קוקן צו ווערן געהאלפן, אבער אויב גלייבט ער נישט אין אויבערשטן, אפילו ער איז א גרויסע קנאקער, ער פירט גרויסע געשעפטן, ער מאכט אסאך געלט, וועט ער עס נישט דורכמאכן. דער ראש ישיבה שליט"א פירט אויס "אמונה געבט לעבן, אמונה מאכט א מענטש זאל קענען דורך טראגן שוועריקייטן."