שאלה: איך גיי התבודדות אין די וועלדער אין שטעטל, און איך זעה אויף פילע פלעצער לאנגע שורות פון שטיינענע צוימען, וואס איז פשט פון די הערליכע שטיינערדיגע צוימען אין די פוסטע וועלדער? ווער האט עס געמאכט און פארוואס? נפתלי הירצקא
 
תשובה: וואויל איז דיר אז דו פאלגסט דעם עצה פון רבי'ן און די נוצט אויס די זומער חדשים צו רעדן צום אויבערשטן צווישן די גראז און ביימער. געדענק וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט כסדר אז אין ברסלב רעדט מען פון אסאך זאכן, אבער א ברסלבע חסיד איז נאר אזא איינער וואס רעדט צום אויבערשטן. ווייל דאס איז דער עיקר וואס דער היילגער רבי האט געוואלט פון אונז.
 
לגבי דיין שאלה איבער די שטיינערנע צוימען: פאר איבער הונדערט יאר צוריק זענען געווען אין דעם גאנצן ניו יארק סטעיט ראיאן - אריינגערעכענט די קעטסקילס - פילע פעלדער פון תבואה, די אייראפעאישע אימיגראנטן האבן זיך צוגעכאפט צו די ריזיגע שטחים מיט גוטע פרוכטבארע ערד וואס ניו יארק פארמאגט און געמאכט דערפון פעלדער.
 
מיט די צייט האבן אבער די פארמערס אנגעהויבן באמערקן אן אינטערעסאנטע ערשיינונג, יעדעס יאר אנפאנג זומער ווען זיי האבן געוואלט אנפלאנצן די פעלדער האבן זיי געטראפן זייערע פעלדער פול מיט שטיינער, עס האט גענומען א לאנגע צייט ביז זיי האבן זיך געכאפט אז די ערד אין אונזער ראיאן איז זייער שטיינערדיג, און דאס איז געווען איינע פון די סיבות וואס רוב רובם פון די פעלדער זענען מיט די צייט פארלאזט געווארן, און די פארמער האבן זיך געזוכט גרינגערע פלעצער ווי צו פלאנצן. די פארמער האבן אבער אויסגענוצט די שטיינער עס צו לייגן אין די זייט פון זייערע פעלדער, און געמאכט דערפון צוימען וואס האט געוויזן די גרעניצן צווישן די פעלדער.
 
מיט די צייט זענען די אלע פעלדער צוריק געווארן פול מיט ביימער, אבער די צוימען זענען געבליבן אלץ א זכר פון די פעלדער תקופה אין אפסטעיט.
 
אז מען רעדט שוין פון די שטיינער אין ניו יארק, איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז דער נאמען "ראקלענד (שטיינערדיגע לאנד) קאונטי" נעמט זיך טאקע פון דעם.
 
אבער דער עיקר וואס מען קען ארויסנעמען פון דעם יעצטיגן ארטיקל איז אבער בלי ספק די ערשטע ווערטער פון דיין שאלה, מיר אלע דארפן זיך מחזק זיין צו גיין אביסל שמועסן מיטן אויבערשטן. נישט קיין חילוק צו די ביסט אין ליבערטי, אין ראקלענד אדער אין די שטאט, דער אויבערשטער איז איבעראל, און ער ווארט מיר זאלן האבן א קשר מיט אים. אויב דו האסט א וואלד איז גוט, און אויב נישט - דער ראש ישיבה שליט"א פארציילט אז אמאל זייענדיג מיט מוהרא"ש אין עירפארט אויפן וועג קיין אומאן אויף ראש השנה, האט מוהרא"ש זיך אנגערופן "דארפסט א וואלד צו רעדן צום אויבערשטן, שטעל זיך פאר אז די אלע מענטשן זענען חיות אין וואלד, און קענסט יעצט אזוי רעדן צום אויבערשן", - רעד צום אויבערשטן וואו דו ביסט. דאס וועט דיר ברענגען צו די גרעסטע מדרגות צו וואס א מענטש קען נאר צוקומען אויף דער וועלט.