גאר אסאך וועלכע פארמאגן אן עמעזאן אקאונט זענען נישט באקאנט מיטן פאקט אז עמעזאן געט אראפ א האלבע פראצענט פון זייער איינקויף פאר טשעריטי, און זיי געבן די געלעגענהייט פאר אלע קונים און מען קען ביי זיי באשטימען אז די צדקה וואס זיי געבן פון אייער איינקויף זאל גיין פאר א צוועק וואס איר האט אויסגעוועלט.
 
דאס גאנצע געלט קומט אויסדרוקליך פון עמעזאן, עס קאסט "גארנישט" פארן אייך ביים איינקויפן, די פרייזן וואס איר צאלט טוישט זיך נישט מיט קיין פעני, און עס איז זייער גרינג דאס צו טון.
 
דערפאר איז אונז א שמחה צו מעלדן אז "קרן הדפסה היכל הקודש" איז פולקאם רעגיסטרירט ביי עמעזאן אלץ א "טשעריטי", און מען קען אויסוועלן ביי עמעזאן סמייל "קרן הדפסה ברסלב". (Keren Hadfusa of Breslev)
 
אנשי שלומינו וואס קויפן איין אויף עמעזאן ווילן נישט אז זייער געלט זאל גיין פאר עפעס א "טשעריטי" וואס וועט זיך זארגן פאר די פרעש פון די וועלדער, אדער וואס וועט לאביאירן פאר נאך עפעס א לינקע קרומע געזעץ וואס וועט "ראטעווען די וועלט", נאר ווילן זיכער אז זייער געלט זאל גיין פאר אן הייליגע צדקה צוועק, און נאך בעסער פארן קרן הדפסה היכל הקודש וואס ראטעוועט באמת די וועלט, און איז מחזק און מעודד טויזנטער אידן טעגליך אין אלע מצבים דורך די הייליגע ספרים, קונרטסים, גליונות און סידיס וואס ווערן פארשפרייט איבער די גאנצע וועלט.
 
מען דארף געדענקען איין זאך ווען מען וויל איינקויפן אויף עמעזאן: אנשטאט נוצן דעם געווענליך לינק דארף מען גיין צו "עמעזאן סמייל" smile.amazon.com און איינקויפן און באצאלן געהעריג ווי געווענליך, און אלעס ווערט געטון אויטאמאטיש.
 
יעדע עטליכע חדשים וועט עמעזאן שיקן א רעפארט אויף אימעיל וויפיל אייער איינקויפן האט ביישטייערט פארן צוועק וואס איר האט אויסגעוועלט.
 
די גאנצע זאך איז זייער גרינג:
1.גיי צו עמעזאן דורך https://smile.amazon.com
2. קלויב אויס Keren Hadfusa of Breslev
 

און פון דא און ווייטער, יעדעס מאל וואס דו קויפסט ביי עמעזאן דורך Amazon Smile, נעמסטו אויטאמאטיש א חלק אין די הייליגע ארבעט פון דרוקן און פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'נס ספרים און עצות פאר אידישע קינדער אויף די גאנצע וועלט, און מיט דעם דערנענטערן אידישע קינדער צום באשעפער.