א שטיקל זוהר מיטן ראש ישיבה
טז סיון תשפ"ב 📝
דער ראש ישיבה שליט"א שרייבט די וואך אין א בריוו אז ער בעט שוין דעם אייבערשטן פאר איבער צען יאר ער זאל זוכה זיין צו שרייבן א פירוש אויפן הייליגן זוהר. דער אייבערשטער האט געהאלפן אז יעצט איז עס ברוך השם צושטאנד געקומען בפועל.
דאס יאר יאר ל"ג בעומר איז דער ראש ישיבה שליט"א געווען אין מירון ביים הייליגן ציון פון תנא האלוקי רשב"י דער מחבר פונעם הייליגן זוהר הקודש, און דארט אין מירון האט דער ראש ישיבה שליט"א געמאכט א סיום אויפן תיקוני זוהר, וואס דער ראש ישיבה לערנט כסדר. אין א בריוו פון מירון דעם יאר האט דער ראש ישיבה געשריבן א חידוש וואס איז אים בייגעפאלן אויפן תיקוני זוהר.
נאך ל"ג בעמור האט דער ראש ישיבה געזאגט פארן "מכון עצתו אמונה" אז ער וויל אנהייבן שרייבן יעדע וואך א שטיקל אויף זוהר, אז עס זאל ארויסקומען יעדע וואך, צוערשט האט דער ראש ישיבה געטראכט אז מען זאל עס מיטלייגן מיטן וועכענטליכן עצתו אמונה גליון, אבער דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א באשלאסן אז ער וויל אז עס זאל ערשיינען באזונדער אלץ א גליון פאר זיך.
דער פירוש פונעם ראש ישיבה איז א נייע פירוש, וואס צילט צו ווייזן פאר יעדן איד וואס דער הייליגער רבי שמעון בר יוחאי וויל אונז לערנען אינעם זוהר. דער היילגער זוהר איז פול מיט חיזוק ווי שטארק דער אייבערשטער פריידט זיך מיט יעדן איד, און ווי גרויס און חשוב יעדע מצוה איז, וואס פאר א רעש יעדע גוטע מחשבה אדער רצון פון א איד מאכט ביים אייבערשטן, און אזוי ווייטער. אויף דעם שניט לויפט דער פירוש, אלעס איז מיטן ציל עס זאל ליכטיג מאכן פאר אידישע קינדער.
דער ראש ישיבה זאגט, אז צומאל טוען היינטיגע מפרשים צולייגן א ווארט דא אדער דארט, וואס אנשטאט דער שטיקל זוהר זאל מחזק זיין און מעודד זיין קען עס ח"ו טון דאס פארקערטע, און וואס מאכן שפירן כאילו דער זוהר רעדט נישט צו זיי. צום ביישפיל אז דער זוהר הקודש שרייבט איבער די גרויסקייט פון א מצוה, קענען זיי צומאל זיך צופייערן און צושרייבן "א מצוה לשמה", אדער "א מצוה ווי עס דארף צו זיין". דער ראש ישיבה שליט"א וויל אז די חיזוק פון הייליגן רבי שמעון זאל גרייכן צו יעדן איד, און זאל אים אויפהייבן, און אים ווייזן דעם וועג צו ווערן נאנט צום אייבערשטן.
די פייערדיגע מפיצים פון ארץ ישראל האבן זיך תיכף צוגעכאפט דערצו, און געטענה'ט למה נגרע, און האבן זיך תיכף גענומען צו די עבודה, און מען טייטשט עס שוין איבער יעדע וואך אויך אויף לשון הקודש.
די איינגעשריבענע פריים מעמבערס וואס באקומען אלעס וואס דער קרן הדפסה דרוקט, באקומען עס שוין צוגעשיקט צום טיר יעדע וואך. אויך קען מען עס באקומען יעדע וואך ביי די מפיצים.
בהאי חיבורא דאיהו ספר הזהר, יפקון ביה מן גלותא" (זוהר נשא צ)