גאר גרויס איז געווען דער שמחה ביי יעדן מאנשי שלומינו הערנדיג אז עס איז געשלאסן געווארן די וואך שוין דריי שידוכים אין ישיבה. דער פרישער שידוך איז געווען דינסטאג, ווען עס איז געשלאסן געווארן דער שידוך פון הב' שרגא פייוול בן ר' אברהם משה שטראסער שליט"א מנהל המוסדות עב"ג הכלה בת ר' נחמן ניישטיין נ"י, חתן המפיץ הגדול הר"ר נתן יאקאבאוויטש שליט"א.
דער חתן נ"י איז געווען ביי מוהרא"ש'ס ציון און אויסגעזאגט גאנץ תהלים וואס איז מסוגל צו טרעפן א שידוך. ווי מוהרא"ש זי"ע האט געהייסן אויסקריצן אויף זיין מצבה "יעדע בחור אדער מיידל וואס וועלן קומען צו מיין ציון און דארט אויסזאגן תהלים, זאג איך זיי צו אז איך וועל נישט רוען ביז זיי וועלן טרעפן זייער שידוך.
אזוי אויך האט ער פארגאנגענעם זומער מסיים געווען מס' תענית יעדן טאג פון חמשה עשר באב ביז ראש השנה, וואס איז אויך מסוגל צו טרעפן א שידוך אזוי ווי מוהרא"ש האט געזאגט ביי א דרשה אין ישיבה.
אזוי אויך העלפט דער חתן נ"י כסדר אין ישיבה מיט גרויס געטריישאפט.
דער חתן איז געווען פון די ערשטע קינדער אין תלמוד תורה, ווען זיינע עלטערן האבן אריינגעלייגט זייערע קינדער אין די פרישע ברסלבע חדר, ווען מענטשן האבן אפגעלאכט פון זיי "זיי וועלן נישט קענען טרעפן קיין שידוכים", "ווער וועט נעמען א קינד וואס האט געלערענט אין ברסלב?" א.א.וו. - יעצט ב"ה דאנקט מען דעם אייבערשטן אז זיי האבן נישט געהאט קיין התפעלות פון די אלע גוט זאגערס, זיי האבן ב"ה זוכה געווען צו זען העריכע פירות פון דעם קינד און פון אלע קינדער, דער חתן האט זיך משלים געווען מיט זעק פון אלע מקצועות התורה, הערליך אויסגעשטיגן מיט גוטע מידות, און האט יעצט א טאקע א שידוך געטון א הערליכע שידוך, מיט די גליקליכע כלה וואס האט זוכה געווען צו באקומען אזא בריליאנט.
די אייבערשטער זאל העלפן אז זיי זאלן אויפשטעלן א בית נאמן בישראל, זען דורות ישרים ומבורכים.
בילדער פונעם "לחיים-ווארט-תנאים"
 
עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים