שיינע באזוך פונעם ראש ישיבה שליט"א אין שטעטל
כו כסלו תשפ"ב 📝
פארגאנגענעם מיטוואך וישלח האט מען געהאט די זכיה צו האבן דעם ראש ישיבה אין שטעטל פאר א קורצע אבער גאר שיינע באזוך.
דער ראש ישיבה איז אנגעקומען אינדערפרי צו די טעגליכע מנין שחרית זיבן אזייגער, נאכן דאווענען איז פארגעקומען דעם ברית רך הנולד ביי מו"ה אברהם הערש וועבערמאן הי"ו, עס איז געווען גאר שיין צו זען ווי די אינגעלייט נוצן אויס די הייליגע מינוטן ביים ברית און זענען זיך מתבודד מיטן אייבערשטן און בעטן זיך אויס זייערע בקשות פון אליהו הנביא וואס קומט צו יעדע ברית.
דער ראש ישיבה שליט"א איז מכובד געווארן מיט סנדקאות און דערנאך געזאגט די ברכות און געגעבן א קריאת השם; ויקרא שמו בישראל "חיים".
דערנאך האט מען זיך געוואשן צום סעודת ברית אין בית המדרש, ביי די סעודה האט דער ראש ישיבה גאר שיין ארומגערעדט וועגן די שיינקייט פון אידישע קינדער וואס מאכן א ברית מילה מיט גרויס שמחה, און דערנאך ארויסגעברענגט ווי וויכטיג עס איז פאר עלטערן אריינצוברענגען א פרייליכקייט אין שטוב, אזוי וועלן זיך די קינדער האלטן ביי אידישקייט און נישט וועלן אוועקלויפן חס ושלום.
נאכן ברית איז דער ראש ישיבה געגאנגען באזוכן דעם בנין בית הדפוס וואס געפונט זיך הארט אונטערן בית המדרש, דער ראש ישיבה האט זיך אומגעקוקט אויף די ארבעט, דורכגעגאנגען געוויסע פרטים וואס מען קען בעסער און שענער מאכן פארן בית הדפוס.
דערנאך האט דער ראש ישיבה אפגעשטאט א באזוך אינעם נייעם געשעפט אין שטעטל "באמבאלינא", וואו מען קען איינקויפן קליידונג און שטאפיר פאר נייע געבוירענע קינדער פאר גאר צוגענליכענע פרייזן, דער ראש ישיבה האט געקלאפט א מזוזה, און דערנאך איינגעקויפט אפאר זאכן. דער בעל הבית פונעם געשעפט האט געוואלט געבן פאר אומזיסט, אבער דער ראש ישיבה האט געזאגט ער וויל באצאלן די פולע פרייז.
נאכדעם איז דער ראש ישיבה געגאנגען באזוכן די נייע הייזער וואס ווערן יעצט געבויעט. דער ראש ישיבה האט געזאגט אז ער האט זייער הנאה אז די הייזער ווערן געבויעט מער טיפער אריין אינעם פראפערטי, נישט אזוי נאנט צו די ראוד אזוי איז עס מער איידעלער און באשיידן.
אויך האט דער ראש ישיבה אפגעשטאט א באזוך אין די אפיסעס פון "פעסט בוילד" בוי פירמע וואס בויען די נייע הייזער אין שטעטל.
דער ראש ישיבה איז דורך געגאנגען אלע נייע לאטס וואו מען פלאנט בקרוב צו בויען, און מען האט געוויזן פאר'ן ראש ישיבה אלע פרטים פון יעדע לאט, וואס און ווי גרויס מען קען דארט בויען, אזוי אויך איז מען דורך געגאנגען די פרטים פונעם שטח הבית החיים, און וואו עס האלטן די פערמיטס פארן בית החיים און ווי לאנג עס וועט נאך נעמען ביז דאס וועט זיין באשטעטיגט.
ביים סוף האט דער ראש ישיבה אפגעשטאט א באזוך ביים נייעם מצה בעקעריי, וואס ווערט געבויעט מיט א גרויסע שנעלקייט און מען קען זען ווי די ארבעט רוקט זיך פאראויס יעדן טאג, עס איז שוין אנגעקומען געוויסע גרויסע חלקים פונעם מעכטיגן אויוון, וואס איז ספעציעל באשטעלט געווארן פאר'ן מצה בעקעריי דקהלתינו הקדושה.
דער ראש ישיבה איז אדורך אלע וויכטיגע פרטים בנוגע די מצה בעקעריי, און געזאגט פונקטליך וויאזוי יעדע פרט דארף ווערן געמאכט כדת וכהלכה, בפרט אז מען רעדט דא פון א מצה בעקעריי וואו מען גייט באקן מצות פארן הייליגן יום טוב פסח, וואס דעמאלטס מוז דאס ווערן געמאכט מיט אלע חומרות והידורים, מער ווי א גאנץ יאר.
מען האפט מיטן אייבערשטן'ס הילף צו קענען עפענען דעם מצה בעקעריי גענוג צייטליך, כדי עס זאל זיין גענוג מצה פאר אלע משפחות אנשי שלומינו וואס ווילן האבן מצה פון אונזער מצה
בעקעריי, וואס וועט ווערן געבאקן מיט אלע חומרות והידורים, און וועט טראגן דעם הכשר פונעם דיין פון קרית ברסלב שליט"א.
הרחיבו מקום אהלך