נעכטן מיטוואך אווענט איז פארגעקומען א הערליכע שמחת בר מצוה אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג, ווען הב' יעקב יוסף סאלי נ"י איז אריין לעול התורה והמצות. דער קלוגער בחור איז פון די תלמידים פון די הייליגע ברסלב'ע תלמוד תורה אין וויליאמסבורג, ווי מען לייגט אריין אין די קינדער אז דער עיקר אין לעבן אז נאר תורה מצות און מעשים טובים, און נאר אז מען לעבט מיטן אייבערשטן וועט מען האבן א גוטע לעבן, און מען דארף זוכן צו געפעלן נאר דעם אייבערשטן, און אים קען מען צופרידן שטעלן, און מענטשן קען מען סיי ווי נישט צופרידן שטעלן.
דערפאר איז ביי די קינדער א בושה צו פארווען א בר מצוה אויף אן אזוי גערופענע "נארמאלע" וועג, אין א זאל, מיט א קעיטערער, מיט מיניטשורס א.א.וו. וואס בסך הכל וועט מען זיך קענען איינרעדן אז מען וועט ווערן ארויפגעקוקט ביי זיינע חברים, אבער פון די אנדערע זייט וועט מען צאפן דאס בלוט פונעם טאטן וואס דארף אויסבלוטיגן מיט שווערע חובות פאר זיין תכשיט'ל. וואס דערמיט איז מען ר"ל עובר אויפן באפעל פון אייבערשטן "כבד את אביך ואת אמיך".
די טייערע קינדער וואס לעבן מיטן אייבערשטן בעטן זייערע עלטערן אז זיי זאלן מאכן זייער בר מצוה וואס פשוטער און וואס קלענער, ווייל זיי פרייען זיך נאר מיטן טון דעם אייבערשטנס רצון און ווילן נאר אים געפעלן, און זיי זענען העכסט צופרידן מיטן פראווען א בר מצוה אין בית המדרש, און זיך פרייען מיט דעם וואס זיי ווערן יעצט שוין מחוייב במצוות, און זיי הייבן אן צו לייגן תפילין א.א.וו.
דער טאטע פונעם בר מצוה בחור האט נאכן בר מצוה געזאגט פארן ראש ישיבה שליט"א אז פראווען דעם בר מצוה אין בית המדרש אנשטאט אין א זאל מיט אלע צוגעהערן האט אים געשפארט איבער $7,000
 
ומשפע מצות תפילין יתמשך עלי להיות לי חיים ארוכים ושפע קודש