נעכטן מיטוואך איז פארגעקומען א הערליכע שמחת בר מצוה אין ביהמ"ד היכל הקודש ברסלב אין וויליאמסבורג, ווען הב' ישעי' נ"י א זון פונעם מנהל הר"ר אברהם משה שטראסער הי"ו איז אריין לעול התורה והמצות. דער קלוגער בחור איז פון די תלמידים פון די הייליגע ברסלב'ע תלמוד תורה אין קרית ברסלב ליבערטי, ווי מען לייגט אריין אין די קינדער אז דער עיקר אין לעבן אז נאר תורה מצות און מעשים טובים, און נאר אז מען לעבט מיטן אייבערשטן וועט מען האבן א גוטע לעבן, און מען דארף זוכן צו געפעלן נאר דעם אייבערשטן, און אים קען מען צופרידן שטעלן, און מענטשן קען מען סיי ווי נישט צופרידן שטעלן.
 
דערפאר איז ביי די קינדער א בושה צו פראווען א בר מצוה אויף אן אזוי גערופענע "נארמאלע" וועג, אין א זאל, מיט א קעיטערער, מיט מיניטשורס א.א.וו. וואס בסך הכל וועט מען זיך קענען איינרעדן אז מען וועט ווערן ארויפגעקוקט ביי זיינע חברים, אבער פון די אנדערע זייט וועט מען צאפן דאס בלוט פונעם טאטן וואס דארף אויסבלוטיגן מיט שווערע חובות פאר זיין תכשיט'ל. וואס דערמיט איז מען ר"ל עובר אויפן באפעל פון אייבערשטן "כבד את אביך ואת אמיך".
 
די טייערע קינדער וואס לעבן מיטן אייבערשטן בעטן זייערע עלטערן אז זיי זאלן מאכן זייער בר מצוה וואס פשוטער און וואס קלענער, ווייל זיי פרייען זיך נאר מיטן טון דעם אייבערשטנס רצון און ווילן נאר אים געפעלן, און זיי זענען העכסט צופרידן מיטן פראווען א בר מצוה אין בית המדרש, און זיך פרייען מיט דעם וואס זיי ווערן יעצט שוין מחוייב במצוות, און זיי הייבן אן צו לייגן תפילין א.א.וו.
 
א שיינע ציבור אנשי שלומינו זענען געקומען און זיך מיטגעפרייט מיטן בעל שמחה וואס איז אזוי געטריי איבערגעגעבן צו די הייליגע מוסדות, און האבן געווינטשן דעם הבר מצוה בחור זאל ווייטער שטייגן בתורה ויראת שמים.
 
ומשפע מצות תפילין יתמשך עלי להיות לי חיים ארוכים ושפע קודש
 
📸 בילדער
💬 הדרכה פאר א בר מצוה בחור

🎭 פורים קאלעקשאן אין ברסלב סענטער (ניי! "מגילת אסתר - גנזי המלך")