שיינע בר מצוה אין קעמפ
כו תמוז תשע"ז 📝
די פארגאנגענע וואך מיטוואך איז פארגעקומען א שיינע בר מצוה אין קעמפ, די בר מצוה פון הבחור החשוב אברהם ב"ר מיכאל אלטמאן הי"ו.
אין א המשך צו די שיינע חתונה וואס איז פארגעקומען אין היכל בית המדרש אין וויליאמסבורג פאר די זומער, ווען די חתונה איז געמאכט געווארן אויפ'ן ביליגסטן אופן, אז די מחותנים און די גאנצע פאמיליע זאלן קענען זיך אמת'דיג פרייען מיט די שמחה אן דעם וואס דאס הארץ זאל דארפן דרוקן פון די שווערע לאסט פון חובות, איז יעצט אויך געמאכט געווארן די בר מצוה אויף א ביליגע און פשוטע פארנעם. די בר מצוה איז פארגעקומען אין בית המדרש אין קעמפ, און די פרויען זענען געווען אין די ווייבער שול.
עס זענען זיך צוזאמגעקומען קרובי המשפחה און די תושבי המחנה זיך מיטצופרייען מיט די שמחה. נאכדעם וואס דער חתן הבר מצוה האט געזאגט דעם פשעטל, האט מען געהערט דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס האט ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון מצות תפלין וואס דער בר מצוה בחור גייט יעצט אנהויבן צו לייגן, א מענטש מיינט אז מען איז מצליח אין לעבן ווען מען האט גאלדענע געלונגענע הענט, מען האט אן אייזערנעם קאפ, האט אבער דער אייבערשטער געהייסן אז מען זאל זיך ארויפבינדען די תפלין אויף די הענט און אויפ'ן קאפ, און אין די תפלין שטייט די הייליגע אמונה אז נאר דער אייבערשטער פירט די וועלט און מיר ליגן אינגאנצן אין זיינע הענט, און מיט דעם זאלן מיר געדענקען יעדן טאג אז נישט אין אונזער הענט און קאפ ליגט די הצלחה, נאר מיר זאלן שטענדיג גיין נאר צום אייבערשטן און בעטן זיין הילף, און נאר אזוי וועלן מיר קענען מצליח זיין. דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א מסיים געווען מיט דברי ברכה פאר'ן בר מצוה בחור און פאר זיינע עלטערן.
די קינדער, די חברים פונעם בר מצוה בחור, האבן געזינגען שיינע ניגונים לכבוד די שמחה, און דערנאך האט מען געבענטשט ברכת המזון, און דער עולם איז זיך צוגעגאנגען מיט א גוטן טעם אין מויל פון די שיינע שמחה.
כי שם ה' נקרא עליך - אלו תפילין שבראש!