שיינע ברית ביים ראש ישיבה שליט"א
יג תמוז תשע"ט 📝
מיט גרויס שמחה איז אפגעהאלטן געווארן פארגאנגענעם מוצש"ק די וואך-נאכט ביים ראש ישיבה, ביים מלוה מלכה אין קעמפ, ווי דער ראש ישיבה האט אויפגעטרעטן מיט א שיינע דרשות חיזוק, ווי דער ראש ישיבה'ס שטייגער איז יעדע וואך אין קעמפ, ווי פילע אידן פון די גאנצע קעטסקיל בערג קומען צו פארן צו קענען הערן דברי התחקות, צו קענען אנגיין ווייטער.
דער ברית איז פארגעקומען אין בארא פארק ביים גרויס זיידן כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א, ווי דער זיידע קארלסבורגער רב איז געווען סנדק, ויקרא שמו בישראל "מנחם".
די סעודה איז געווען אין ביהמ"ד, ווי דער ראש ישיבה האט גערעדט, און ארויסגעברענגט צווישן אנדערע אז "כשם שנכנס לברית", אז פונקט ווי די ברית איז אין שול "כן יכנס לתורה לחופה ולמעשים טובים", אזוי אויך זאל די בר מצוה און די חתונה פארקומען אין שול. דערנאך האבן ביידע געהויבענע זיידעס הגה"צ רב הצעיר דקאלרסבורג שליט"א און הגה"צ רבי מרדכי אהרן מייזליש שליט"א גערעדט דברי תורה וברכה, און דערנאך האט דער עלטער זיידע כ"ק גאב"ד קארלסבורג שליט"א אויפגעטרעטן מיט דברי תורה וברכה.
דער אייבישטער זאל העלפן דער ראש ישיבה זאל זען נחת פון דעם קינד און אלע אנדערע קינדער, און זאל זוכה זיין ווייטער צו קענען איבערגעבן די הייליגע עצות און חיזוק פון הייליגן רבין פאר אידן איבער די גאנצע וועלט אזוי ווי ער האט מקבל געווען פון מוהרא"ש ז"ל.
כשם שנכנס לברית כן יכנס לתורה ולחופה ולמעשים טובים