זונטאג מיטאג זענען זיך צוזאם געקומען א שיינע ציבור אידן וועלכע זענען עוסק אין די עבודת הקודש הדפסה והפהצה. דאס רעכענט אריין די וואס טוען אין דרוקן, שרייבן, מגיה זיין, די ספרים, קונטרסים, גליונות, מאגאזינען, וועבסייט, שיעורים און אזוי ווייטער.
 
דער ראש ישיבה שליט"א האט אויפגעטרעטן און אנגעהויבן מיט די ווערטער פונעם הייליגן רבי נתן, אז ער האט נאך אסאך התבודדות געזען אז די עיקר וועג וויאזוי מען קען אריינברענגען דעם הייליגן רבינ'ס עצות אויף דער וועלט איז נאר דורכן שרייבן, דרוקן, און פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים.
 
דער ראש ישיבה שליט"א האט ארומגערעדט איבער דעם וויאזוי מען זאל זיך האלטן שטארק און נישט ווערן צופאלן, און כאטש דער סמ"ך מ"ם פרובירט מיט אלע כחות צו מאכן חלישת הדעת פאר אלע וואס טוען די הייליגע ארבעט, דארף מען געדענקען אז מען טון פאר'ן אויבערשטן און דאס זאל געבן כח ווייטער אנצגיין און נישט ווערן שוואך. דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז יעדע וואך קומען ארויס גאנצע ביכער פארשידענע אויסגאבעס, אנגעפילט מיט הבלי הבלים, ארטיקלען און געשרייבעכצער וואס מען קען גארנישט ארויסנעמען דערפון, אבער זיי האבן נישט קיין חלישת הדעת... זיי שפירן זיך גוט מיט זייער ארבעט, ווייל דער סמ"ך מ"ם האט נישט קיין מורא פון זיי.
 
דער ראש ישיבה שליט"א האט געזאגט אז די סיבה פארוואס ער שטרענגט זיך אן יעדע וואך צו שרייבן אזויפיל בריוו, וואס קומט אים אן זייער שווער, און דאס איז אויך די סיבה פארוואס עס איז וויכטיג ווייטער אנצוהאלטן די גליונות און צייטונג יעדע וואך איז ווייל אנשי שלומינו פאלגן, און ווען ער האט געזאגט אז מען זאל האלטן די שטוב ריין, און נישט אריינלאזן די פרעמדע ווינטן וואס זוכן אריינצוקומען אין תמימות'דיגע שטובער דורך די אלע אזוי גערופענע "היימישע" אויסגאבעס וואס קומען ארויס כסדר אויף אפילו אויף א היימישע אידיש, האבן אסאך געפרעגט וואס זאלן זיי יא ארייננעמען, זיי זענען צוגעוואוינט פון די יוגענט - בפרט ביי די פרויען - אז שבת ביינאכט נאך לעכט צינדן, ווען די טאטע גייט אין שול, נעמט מען א צייטונג א מאגאזין און מען ליינט אביסל.
 
דערפאר דארפן די אלע וואס זענען עוסק דערין זיך שטארקן און אנגיין ביתר שאת. און אויב מען שפירט אז מען דארף חיזוק, זאל מען נישט ווארטן אויף קיין כבוד, קענסט צוגיין אין שול און בעטן פיעדבעק, פרעג "האסט געליינט די בלעטל די וואך, וויאזוי האסטו הנאה געהאט?", "וואס זאגסטו צו מיין ארטיקל?", און דאס איז א לימוד פאר יעדעם איינעם, עס איז א שאד זיך צו עסן דאס געזונט ווייל קיינער זאגט נישט א גוט ווארט, ווען מען איז בקטנות הדעת דארף מען נישט מורא האבן און פרעגן.
 
מען קען הערן די גאנצע דרשה אויף קול ברסלב האטליין.