שאלה: וואס מאכט אז די בלעטער זאלן זיך טוישן די קאלירן אום הערבסט, און וויאזוי געשעט דאס?
 
ענטפער: במשך דעם גאנצן זומער, זענען די בלעטער שיין גרין פון די "קלאָראָפיל" מאלעקיולן. די גרינע טייל פון די בלעטער זענען ווי נאטורליכע "סאלער פאנעלן" וואס נעמען ענערגיע פון די זון, און מאכן פארוואנדלען די קארבאן דיאקסייד פון די לופט מיט די וואסער פאר "עסן" פאר די ביימער, און ווען עס קומט חודש אלול, און די נעכט ווערן קילער, הייבן זיך די ביימער אן צו צוגרייטן צום ווינטער, מען הייבט אן "פארמאכן" דעם בוים, עס זאל קענען איבערלעבן אין די קאלטע פארפרוירענע טעג.
 
די גרינע קלאראפיל מאלעקיולן הייבן אן צו צופאלן, און די אנדערע חלקים פונעם בלעטל הייבן זיך אן ארויסצוזען, און מען הייבט אן צו זען די געלע, אראנדזשע, רויטע און פוירפל טיילן פונעם בלעטל.
 
די ביימער זענען זייער שיין אום זומער ווען די זון שיינט, עס גייט זיי גוט, אבער כדי ארויסצוברענגען די שענסטע קאלירן פון א בוים - כי האדם עץ השדה, דארף עס אריבערגיין טשאלעדזשעס, דער אויבערשטער שיקט ווייניגער שטראלן, עס ווערט קעלטער, און דווקא דאן קומט ארויס די שענסטע קאלירן פון א בוים.
 
מיר זענען אויך אזוי, אידישע קינדער זענען זייער שיין, אבער אסאך מאל וויל דער אויבערשטער ארויסברענגען פון אונז די באהאלטענע הערליכע קאלירן, וואס מיר ווייסן אפילו נישט אז מיר פארמאגן, מען כאפט אביסל פעטש, עס גייט איבער וואס עס גייט איבער, אבער מיר שטארקן זיך, מיר לויפן צוריק צום אויבערשטן, מיר הייבן אויף אונזערע אויגן צו אים "באשעפער העלף מיר", די נחת רוח וואס דער אויבערשטער האט דערפון איז אין לשער.
 
די הערסבסט חדשים איז זייער שיין אין די גאנצע וועלט. אבער וואס נישט אלע ווייסן, איז אז די געגענט ווי מיר וואוינען, די האדסאן וואלי אין ניו יארק סטעיט איז באקאנט אין די גאנצע וועלט אלץ איינע פון די שענסטע הערבסט וויוס, און אסאך טוריסטן פון גאר ווייט קומען צו פארן צו קענען זען די שיינע סצענעס וואס מיר נעמען אפשר אלץ גרענטעט.
 
וואס מאכט אונזער געגענט אזוי ספעציעל איז עטליכע פאקטארן: די אויסוואל פון פילע אנדערע סארטן ביימער וואס געבן א גרעסערע סארט אויסוואל פון קאלירן, ווי געל, אראנדזש, און רויט. די שיינע בערג און טייכן.
 
האסט אמאל געטראכט צו דאנקען דעם אויבערשטן אויף די הערליכע קאלירטע ביימער? 
 
מה רבו מעשיך ה'
 
 
זיך צו פארבינדן מיט'ן שרייבער אדער צו שיקן א שאלה,
קען מען לאזן א מעסעדזש אויף 845-445-7447,
 
אדער שיקן אן אימעיל צו askgershon@gmail.com.