שיינע חול המועד טעג מיטן סעודת הילולא פון רבין אין שטעטל קרית ברסלב ליבערטי
כד תשרי תשפ"ב 📝
דאנערשטאג אינדערפרי, דער ערשטער טאג חול המועד סוכות איז דער ראש ישיבה ארויסגעקומען אין שטעטל. שחרית האט מען שוין געדאווענט אינאיינעם מיטן ראש ישיבה שליט"א, דער ראש ישיבה שליט"א האט געדאווענט הלל און הושענות וואס האט יעדן געעפענט דאס הארץ צו תשובה.
פארנאכטס פאר מעריב האט דער ראש ישיבה שליט"א פארגעלערנט דעם שיעור גמרא (ביצה כד), וואס די גמרא זאגט דארט צווישן אנדערע "גמרא גמור זמורתא תהא", אז מען זאגט די הייליגע גמרא צושניידט עס אלע קליפות. צום סוף פונעם שיעור האט דער ראש ישיבה שליט"א געבעטן פונעם ציבור אנשי שלומינו אז מען זאל בעטן דעם אייבערשטן עס זאל נישט רעגענען, מען זאל זיך קענען וואשן צום סעודת הילולא.
נאך מעריב איז פארגעקומען דער גרויסער סעודת הילולא פונעם הייליגן רבי'ן אינעם גרויסן סוכה אין חצר פון בית המדרש. עס זענען געקומען צו פארן פילע אנשי שלומינו פון אנדערע שטעט מיטצוהאלטן דעם גרויסן מעמד.
טראץ די רעגנדיגע וועטער וואס א גאנצן טאג איז געגאנגען א שלאקס רעגן, האט זיך דער רעגן ברוך השם איינגעשטילט פאר א קורצע צייט בשעת די סעודה, מען האט געזונגען צוזאמען שיינע ניגונים פון יום טוב סוכות, אינמיטן האט ווידער אנגעהויבן שטארק צו רעגענען, דעריבער האט מען גלייך געבענטשט און ממשיך געווען דאס זינגען אין בית המדרש.
דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א געגעבן גאר א שיינעם שמועס. דער ראש ישיבה האט פארציילט אז ביי מוהרא"ש זי"ע איז אויך אמאל געווען א שטארקע רעגן בשעת מען איז געזיצן אין די סוכה ביומא דהילולא, און מוהרא"ש האט דעמאלטס נאכגעזאגט דעם חז"ל (אין מסכת תענית) אז אין א טאג וואס עס רעגענט, איז דער אייבערשטער מוחל אלע עבירות, במילא איז דאס א פרייליכע טאג - נישט פארקערט.
דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א ארומגערעדט וואס די הילולא פונעם רבי'ן האט א שייכות מיט אונז, און וואס מיר דארפן מיטנעמען פון אזא גרויסן טאג. "מען דארף זען זיך נישט צו לאזן נערן. זע צו זיין אויף א פלאץ וואס מען גיבט דיר זאכן אין די האנט לעובדא ולמעשה. באקומסטו א סעט חמשה חמשי תורה? באקומסט א משניות א גמרא? איז גוט. וואס האסטו פון זיין אויף א פלאץ וואס מען זאגט אויף יענעם אז ער איז א צדיק אמת, אבער דיר קען ער גארנישט געבן?".
דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ, מען האט געטאנצן פאר אפאר שעה אין א ציה.
שבת קודש חול המועד איז דער ראש ישיבה געווען אין שטעטל.
אינדערפרי נאך שחרית האט מען געמאכט קידוש אין די סוכה, דער ראש ישיבה שליט"א האט ארום גערעדט פון דעם שטיקל וואס מען זאגט שבת ביי די הושענות, "הושענא, העלף אונז ווייל מיר וואשן זיך דריי סעודות שבת", "העלף אונז ווייל מיר עסן גוטע זאכן שבת", און אזוי ווייטער, ווי מען זעט ווי מען דארף זיך מחיה זיין מיט יעדן גוטע נקודה וואס מען האט, און קוקן גוט אויף זיך, אזוי קען ער נאכדעם קוקן גוט אויף א צווייטן.
ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט פון דעם וואס מען זעט אין די פסוקים פון די הייליגע תורה ווי משה רבינו רעדט שטענדיג צום אייבערשטן, און דאס צילט דער הייליגער רבי, צו מאכן אז מיר פשוטע מענטשן, זאלן דאס אויך טון.
מוצאי שבת אושפיזא דיוסף, האט מען געגעסן צוזאמען מלוה מלכה אינעם סוכה פון בית המדרש. דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויסגעברענגט אז מען דארף זיך אפלערנען פון יוסף הצדיק, וואס האט שטענדיג גערעדט צום אייבערשטן, "שם שמים שגור בפיו", אז איינער פרעגט דיר "וואס הערט זיך?" דארף זיין דער ענטפער "ברוך השם, געלויבט דער אייבערשטער", עס גייט מיר זייער גוט.
די שיינע טעג חול המועד מיט די יארצייט פון הייליגן רבין, וועט לאנג געדענקט ווערן ביי אלע וואס האבן עס מיטגעהאלטן.
📸 הושעא רבה תשפ"ב ביים ראש ישיבה
🎦 חול המועד סוכות תשפ"ב מיטן ראש ישיבה
🎦 שמחת בית השואבה אין היכל הקודש ירושלים עיה"ק
🎦 יארצייט פון הייליגן רבין חוה"מ סוכות תשפ"ב אין קרית ברסלב ליבערטי
📅 עס איז גאר אנדערש יום טוב נאכן מקורב ווערן צום רבי'ן