שיינע חומש סעודה אין תלמוד תורה היכל הקודש וויליאמסבורג
ד תמוז תשפ"א 📝
קרעדיט: מו"ה אשר יעקב בלום הי"ו
נעכטן זונטאג חוקת העעל"ט, איז פארגעקומען אין די ברסלבע חדר אין וויליאמסבורג דער שיינער "חומש סעודה", ווי די זיסע קינדערלעך פון כיתה א' האבן געפייערט דעם פרייליכן מסיבת "חומש סעודה".
די הערצער פון די פילע עלטערן און זיידעס וואס זענען זיך געקומען משתתף זיין ביים שיינעם חומש סעודה זענען געווארן איבערגעפילט מיט נחת זעענדיג די זיסע ריינע נשמה'לעך מיט די קרוינדעלעך אויף זייערע קעפעלעך זינגען אזוי זיס און הארציג די הייליגע ניגונים, און זאגן די הייליגע פסוקים פון פרשת ויקרא, ווי דער מנהג איז ביים מעמד התחלת חומש.
דער ראש ישיבה שליט"א האט געטיילט פאר די טייערע קינדער זייער "ערשטע אייגענע סידור", וואס זיי האבן איבערגענומען מיט גרויס פרייד. דער ראש ישיבה האט אויפגעטרעטן מיט עטליכע ווערטער און אנגעווינטשן פאר די קינדער צו וואקסן און שטייגן בתורה ויראת שמים.
אזוי אויך האט מען געהערט עטליכע ווערטער פון דער מנהל הר"ר מרדכי אינדיג שליט"א, און אזוי אויך פון הר"ר נחמן ניישטיין שליט"א.
דער ברסלבער תלמוד תורה וואס שטייט שוין איבער צען יאר כן ירבו, איז באקאנט פאר אלעמען, אז דארט לייגט מען דער עיקר דגוש אויף אויסלערנען די קינדער "אמונה", אז אמונה זאל נישט זיין נאך א זאך וואס זיי ווייסן, און מען נעמט עס ארויס איין-צוויי מאל א יאר ווי למשל פסח ביינאכט, אדער פורים נאכמיטאג, נאר אז זיי זאלן לעבן מיטן אייבערשטן, די אמונה זאל ביי זיי זיין קלאר און זיכער, און זיי זאלן אויפוואקסן פון די יונגסטע עלטער וויסנדיג אז דער באשעפער איז ממש דא מיט זיי אייביג און איבעראל.
אזוי אויך לייגט מען א געוואלדיגע געוויכט אז די קינדער זאלן וויסן זייער חשיבות אז זיי זענען געבוירן געווארן אלץ אידן, און האבן באקומען די הייליגע תורה פונעם אייבערשטן, און נאר אויב מען פאלגט דעם אייבערשטן קען מען האבן א גוטע לעבן, אפילו אויף דער וועלט.
און דעם תלמוד תורה געט מען שטארק אכטונג אז די קינדער זאלן אויפוואקסן געזונט אויך בנפש, ווי יעדער מלמד גיבט אכטונג נישט צו פארשעמען קיין קינד. מען לערנט אויס די קינדער וויאזוי מען לעבט מיט אנדערע מענטשן און זיך רעכענען מיט א צווייטנס געפילן. מען איז מחנך די קינדער מיט שמחת המצוות, מען פארציילט פאר די קינדער אזעלעכע מעשיות פון צדיקים וואס רעדן צו קליינע קינדער, און מען לערנט זיי אויס אז אויך זיי קענען זיין א צדיק, און קענען וואקסן ערליכע אידן.
ברוך השם, עס זענען ארויסגעקומען הערליכע פירות, עס זענען שוין דא פילע אינגעלייט תלמידים פון די הייליגע תלמוד תורה, אינגעלייט זענען יראי השם, וואס לעבן מיטן אייבערשטן, און פירן ערליכע אידישע שטובער על דרך ישראל סבא.
אין העולם מתקיים אלא בזכות הבל תינוקות של בית רבן
📸 די שיינע חומש סעודה