שיינע חומש סעודות היינט אין תלמוד תורה היכל הקודש אין וויליאמסבורג און אין שטעטל
יז סיון תשפ"ד 📝
אין שטעטל איז היינט יום טוב, די קינדער האבן אנגעהויבן לערנען חומש, און היינט האט מען געפראוועט דעם גרויסארטיגן חומש סעודה.
די קינדער האבן אריינמארשירט אין גרויסן זאל פון תלמוד תורה אנגעטון מיט די הערליכע קרוינען אויפן קאפ, ממש ווי בני מלכים. די קינדער האבן געזונגען ווארימע שיינע תורה ניגונים, דער מלמד מו"ה בערל שניטצלער הי"ו האט געגעבן די געלעגענהייט פאר יעדן קינד עקסטער צו זינגן סאלא, עס האט געהאט אלע טעמים צו זען די תמימות וואס די קינדער האבן, ווי זיי זינגען אזוי תמימות'דיג אז די תורה איז מיין לעבן, און תורה איז די בעסטע סחורה אויף די וועלט, און אזוי ווייטער.
דער חשובער מנהל מו"ה מרדכי אינדיג שליט"א האט מכבד געווען דעם דיין שליט"א - וואס האט א קינד אין כיתה א' צו רעדן אפאר ווערטער. דער דיין שליט"א האט ארויסגעברענגט אז רבי שמעון האט געזאגט כי לא תשכח מפי זרעו, אויב איז דא קינדער וואס לערנען די הייליגע תורה, וועט די תורה נישט פארגעסן ווערן פון אידן. און דאס איז די געוואלדיגע שמחה וואס מען האט דא יעצט, אז מען זעט ווי מען גיבט אריין די קינדער א געשמאק צו לערנען תורה, און דאס ליב האבן מיט די גאנצע הארץ. די קינדער בלייבן נישט קיין קינדער, זיי וועלן עלטער ווערן איין טאג, און בלייבן מיט דעם געשמאק פון ליב האבן די תורה מיט די מצות.
דערנאך האט דער מנהל שליט"א מכבד געווען מו"ה אהרן וועבערמאן שליט"א - וואס האט צוויי אייניקלעך אין כיתה א' צו רעדן אפאר ווערטער. ר' אהרן האט ארויסגעברענגט דאס וואס מען זעט אין די סדרה אז די מרגלים האבן זיך נישט אפגעלערנט פון די פרשה פון מרים אז מען טאר נישט רעדן קיין לשון הרע אויף צדיקים. ברוך השם דא זעט מען אז מען טוט דאס פארקערטע, מען לייגט אריין אין די קינדער א געשמאק צו די תורה וואס איז געגעבן געווארן דורך משה רבינו, און אונז גיימיר ווייטער אויף דעם וועג פון אריינלייגן אין די קינדער אז זיי זאלן האבן אמונת חכמים. מען לעבט מיט דעם אני מאמין באמונה שלימה שכל התורה המציה עתה בידינו למשה רבינו עליו השלום.
דענאך האט דער חשובער מלמד מו"ה בערל שניטצלער הי"ו גערעדט אפאר ווערטער, ארויסברענגענדיג די דאנק צום אייבערשטן אז מען האלט שוין דא סוף יאר, וואס מען קען שוין ענדליך זען די נחת פון די חשובע קינדער, ווי גוט זיי לערנען די עברי, און ווי גוט זיי קענען דאס ברוך השם. ווי אויך האט ער געדאנקט אלע עלטערן וואס פארשטייען די חשיבות פון איבערגיין די עברי מיט די קינדער, וואס דאס מאכט אז מען זאל דאס קענען גוט פאר א גאנץ לעבן.
דערנאך האט מען אויסגעטיילט פאר יעדן קינד א סידור אויסגעקריצט די נאמען דערויף, מיט א פעקל.
ביים סוף האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א פרייליכן טאנץ, די טאטעס, זיידעס צוזאמען מיט די קינדער, זיך פרייען צוזאמען פאר די גרויסע זכי' וואס מען האט אז מען שיקט די קינדער אין חדר, און מען ציעט זיי אויף אויפן וועג פון די תורה, אזוי ווי דער הייליגער רבי לערנט אונז.
די זעלבע זאך האט זיך אפגעשפילט אין וויליאמסבורג, ווי דארט האט אויפגעטרעטן דער מלמד מו"ה נחמן ניישטיין הי"ו וואס האט ארויסגעברענגט אז ויקרא האט א קליינע א' אז מען לערנט אויס די קינדער פון די פריסטע יוגענט אז אלעס וואס מען דארף דארף מען בעטן דעם אלופו של עולם.
דערנאך האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט ארון ארויסגעברענגט פארוואס מען מאכט מען אזא גרויס עסק פון א חומש סעודה, האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט אז די וועלט מאכט א גרויסע עסק פון געלט, ווייל אויף דעם קוקט מען ארויס, אבער ווען משיח וועט קומען וועט קיינער מער נישט וועלן אנקוקן געלט, און דערפאר מאכט מען ביי ערליכע אידן א גרויסע עסק פון די חומש, ווייל דאס איז חשוב, און אויף דעם קוקט מען ארויס.
כי טוב סחרה מכל סחורה