פארגאנגעם וואך דינסטאג איז געגאנגען אונטער די חופה החתן הילל בן מו"ה ישראל אשר ווייס הי"ו מחשובי אנ"ש אין קרית יואל מיט די טאכטער פון הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א גבאי ביהמ"ד עצי תמרים קרית יואל.
די חתונה איז פארגעקומען אין קרית יואל מיט די באטייליגונג פון פילע אנ"ש און שכנים און ידידים וואס קומען כסדר אריין אין ביהמ"ד פונעם מחותן, וויסנדיג אז דארט איז א פלאץ ווי מ'וועט ארויסגיין מיט פילע באגאדזשן חיזוק און אמונה צו קענען מיטנעמען אהיים.
אזוי אויך איז דער ראש ישיבה שליט"א ספעציעל ארויס געקומען קיין קרית יואל זיך צו באטייליגן ביים געהויבענעם חתונה, און זיך מיטגעפריידט מיט די געהויבענע שמחה.
שבת שבע ברכות איז אפגעהאלטן געווארן אינעם בית המדרש פונעם מחותן "היכל הקודש" קרית יואל עצי תמרים, ביי של"ש זענען מכובד געווארן מיט זמירות שב"ק די זיידעס פון חתן כלה, הר"ר מאיר יוסף טייטלבוים שליט"א, הר"ר יושע שמאיע שליט"א, הר"ר חיים מאיר הכהן סאנדער שליט"א און הר"ר אברהם ישעי' ווייס שליט"א. מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן הר"ר אלי' שלמה קאהן שליט"א, מנהל בית רחל קרית יואל.
 
בילדער