שיינע חתונה פון א תלמיד הישיבה
ג חשון תשפ"א 📝
די פארגאנגענע וואך האבן די בחורים פון ישיבה און אנשי שלומינו זיך מיטגעפריידט ביי די חתונה פון א תלמיד הישיבה, החתן מו"ה יוסי ב"ר אליהו קורץ הי"ו, וואס איז געגאנגען אונטער די חופה עב"ג בת מו"ה מיכאל אלטמאן הי"ו.
עס איז געווען א פרייליכע חתונה, מ'האט זיך געפריידט און געטאנצן און משמח געווען די חתן כלה אויף א הערליכן פארנעם.
די וואך מאנטאג איז פארגעקומען א שיינע שבע ברכות אין קרית ברסלב ליבערטי, צוגעשטעלט דורך די קהלה.
ביים שבע ברכות האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט איבער דעם אז נאר דער אייבערשטער איז דער וואס מאכט שידוכים, דער אייבערשטער פירט אויף פארשידענע סארט וועגן אז א שידוך זאל צושטאנד קומען, און גלייכצייטיג ארויסגעברענגט פאר די אלע וואס ווארטן נאך אויף זייער שידוך, אז די איינציגסטע אדרעס צו וועם זיך צו ווענדן איז נאר צום אייבערשטן אליין, נאר אים קען מען בעטן, ווייל עס ליגט נאר אין זיינע הענט.
ווי אויך דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעברענגט די מעלה פון תמימות, ווען א איד גייט נישט מיט חכמות, נאר פאלגט אלעס וואס דער אייבערשטער הייסט און וואס די צדיקים זאגן, דורך דעם איז מען זייער מצליח. ובפרט נאך די חתונה דארף מען זיך נאך מער שטארקן צו האבן א צדיק, א מורה דרך, וואס זאל ווייזן דעם ריכטיגן וועג ווי אזוי זיך צו פירן אין יעדן הינזיכט, און אזוי קען מען מצליח זיין אין לעבן און אויסלעבן די יארן גליקליך און צופרידן.
נאכ'ן בענטשן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ לכבוד שמחת חתן וכלה.
שמח תשמח רעים האהובים!