שיינע יום טוב סוכות מיטן ראש ישיבה אין וויליאמסבורג
כה תשרי תשפ"ג 📝
גאר א שיינער יום טוב איז אריבער אויף אנשי שלומינו בצל הקודש פונעם ראש ישיבה שליט"א, ווען מיר האבן געשעפט פרישע כוחות און חיזוק פונעם יום טוב, וואס דאס וועט אונז באגלייטן אויפ'ן גאנצן יאר.
עס איז נישט מעגליך אראפצושרייבן אויפ'ן פאפיר די געפילן פון הארץ פון די אלע וואס האט מיטגעלעבט דעם יום טוב מיט'ן ראש ישיבה שליט"א, מיר וועלן פרובירן אבער אין קורצן איבערצוגעבן ווי אזוי דער יום טוב איז אריבער, און אביסל פון וואס מיר האבן זוכה געווען צו הערן און מקבל זיין פונעם ראש ישיבה שליט"א.
ערשטע טעג יום טוב
די ערשטע טעג יום טוב זענען אריבער מיט גאר געהויבנקייט מיט'ן ראש ישיבה שליט"א אין וויליאמסבורג, ביידע טעג האט דער ראש ישיבה שליט"א געדאווענט שחרית פאר'ן עמוד מיט גרויס התעוררות און געשמאק, די הלל נענועים און די הושענות זענען געווען גאר דערהויבן.
אינדערפרי פארן דאווענען האט דער ר"י פארגעלערענט אין זוהר הק' ווי ער האלט יעצט (פרשת חיי שרה), ווי מען רעדט ווי יצחק האט חתונה געהאט מיט רבקה, דער זוהר פרעגט פארוואס שטייט נאר ביי יצחק "ויאהבה", ער האט איר ליב געהאט? דאס איז וויבאלד יצחק האט געדינט זעם אייבערשטן מיט מדת גבורה, האט דער אייבישטער ארויסגעשריבן בפירוש אז ער האט איר ליב געהאט, ווייל אפילו מ'דינט די אייבישטער מיט גבורה, אבער שלום בית מוז צוגיין מיט אהבה.
נאכ'ן דאווענען איז צוגעשטעלט געווארן א ברייטע קידוש אין די שיינע סוכה אין הויף פון די שול, דער ראש ישיבה שליט"א האט גערעדט גאר שיינע דברי התחזקות לכבוד יום טוב.
ביים קידוש דעם ערשטן טאג האט ר"י גערעדט איבער דעם זוהר וואס שטייט אז אברהם אבינו געהאט א בוים און נאר ווער ס'איז געווען ראוי האט די בוים אים געמאכט א שאטן, האט דער ראש ישיבה געזאגט א שיינע פשט די בוים מיינט דער צדיק, און ווער עס גלייבט נישט אין צדיק "ער איז נישט אונטערן שאטן". דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער אברהם אבינו'ס געצעלט וואס האט געהאט פיר טיר, רש"י ברענגט יעדער האט געקענט קומען עסן, ווען מ'איז אוועקגעגאנגען אויב האט ער געדאנקט דעם אייבערשטן האט ער נישט געדארפט צאלן, זאגט דער ר"י, אברהם אבינו איז געווען איין שטיק הפצה, אזוי ווי דער רבי האט אונז אויסגעלערענט, מ'זאל מודיע זיין פאר יעדעם אז דער אייבישטער איז דא.
דער צווייטער טאג פארן דאווענען האט דער ר"י פארגעלגערנט א קליין שטיקל פעולת הצדיק.
נאכן דאווענען ביים קידוש אין סוכה, האט דער ראש ישיבה געפרעגט, פארוואס ווערט עקידת יצחק גערופן אברהם אבינו'ס נסיון? פארוואס הייבט זיך אן שמחת בית השואבה פונקט ביי אושפיזא דיצחק? און פארוואס פונקט ביי יצחק שטייט ויאהבה? נאר ווי באקאנט איז יצחק געווען מדת גבורה, דאס מיינט אלעס אוועקגעבן פארן אייבערשטן, זיך שחטן פארן אייבערשטן, דערפאר האט ער נישט געהאט אזא שווערע נסיון ביים עקידה, אבער אברהם וואס האט געדינט דעם אייבערשטן מיט "חסד", דעמאלטס איז שוין גאר א גרויסע נסיון צו שחטן זיין קינד. פארדעם טאקע שמחת בית השובה הייבט מען אן דווקא ביי יצחק, ווייל פאר יצחק וואס דינט דעם אייבערשטן מיט גבורה, איז א קונץ צו זיין פרייליך, און טאקע פאר דעם שטייט ביי יצחק ויאהבה. מענטשן מיינען אז די מאן און ווייב דארפן טראכטן די זעלבע, אבער ניין שלום בית איז דווקא ווען מען איז פארקערט, ווייל אפילו מיט מידת גבורה קען מען האבן שלום בית.
יארצייט פון הייליגן רבין
מיטוואך נאכט איז פארגעקומען די סעודת הילולא צו די יארצייט פון הייליגן רבי'ן. די סעודה איז פארגעקומען אין די גרויסע סוכה קעגן איבער דעם בית המדרש.
מען האט זיך געוואשן צו א ברייטע סעודה, מ'האט געזינגען דעם שיר ידידות וואס רבי יצחק ברייטער זצ"ל האט מחבר געווען.
דערנאך האט דער ראש ישיבה געגעבן א שיינע שמועס. דער ראש ישיבה האט געזאגט מענשטן פרעגן וואס מ'זאל זיך אונטערנעמען פארן קומענדיגן יאר, איך לערן שוין חומש רש"י, זאל איך צולייגן אור החיים? רבמ"ן? האט דער ראש ישיבה געזאגט לייג צו נאך א איד זאל לערנען חומש רש"י, מאך הפצה, און נאך א איד זאל וויסן אז מען קען לערנען יעדן טאג אביסל. דערנאך האט מען געטאנצט ביז שפעט אין די נאכט לכבוד שמחת בית השואבה.
שבת חול המועד
ביים באטע ביים ראש ישיבה אינדערהיים זענען געקומען עטליכע אינגעלייט און בחורים אנשי שלומינו, א בחור איז ארויפגעקומען און פארציילט ער האט נישט געהאט וואו צו עסן יעצט, קיינער האט אים נישט געלאדענט, איז ער געגאנגען צו רבי ישעי'לעס קאך, אבער למעשה איז נישט געווען דארט אויסער חלה מיט פיש, ער איז געווען זייער צובראכן, האט אים דער ראש ישיבה געזאגט "איך האב גארנישט קיין רחמנות אויף דיר. דו האסט דעם רבין! אנדערע האבן פיינע פיש פלייש קאמפאט און אפילו אייס קרים, אבער זיי האבן נישט דעם רבין, אויף זיי האב איך רחמנות; דער פארפאסטע סעודה וועט אריבערגיין"...
דערנאך האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער די הושענות פון שבת וואס מ'זאגט דארט אינצווישן "הושענא יושבת וממתנת עד כלות שבת", אלע פרעגן מ'בעט דעם אייבערשטן אז אין זכות וואס אידן ווארטן זאל זיך שוין ענדיגן זאל מען ווערן געהאלפן?! דאס איז דען א זכות? דער תירוץ איז פשוט, א איד וויל רייכערן, ער וויל אנצונדן דעם עירקאנדישן, אבער ער ווארט, יעצט איז שבת, איך וועל אויסווארטן דעם זמן נאכדעם וועל איך טון אלע מלאכות. דאס איז די שיינקייט פון א איד.
שבת קודש נאכן דאווענען ביים קידוש האט דער ראש ישיבה גערעדט איבער דעם אז מ'דארף זיך פרייען מיט יעדע קליינקייט וואס מ'טוט פארן אייבערשטן ווי מ'זעט אין די הושענות פון שבת "אום נצורה" מ'בעט אין זכות וואס אידן וואס היטן שבת, אין זכות פון היטן אויפן תחום שבת, אין זכות פון עסן סעודת שבת, מ'קען זיך פרייען מיט יעדע קליינע זאך וואס מ'טוט פארן אייבערשטן.
נאכדעם האט דער ר"י גערעדט איבער יוסף הצדיק די אושפיזא פון היינט, וויאזוי האט יוסף הצדיק געקענט ביישטיין די שווערע נסיונות אין מצרים? ויהי ה' את יוסף, ער איז געווען איין שטיק התבודדות ותפלה, ווי עס שטייט אז פוטיפר זיין בעל הבית האט געזען ווי זיין מויל שאקעלט זיך א גאנצן צייט, און נאר אזוי קען מען געראטעוועט ווערן פון די שווערסטע נסיונות.
ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה צוגעברענגט א שטיקל פון חיי מוהר"ן איבערן מאמר חז"ל "כל העוסק בבנין מסמסכן" דער וואס בויעט ווערט ארעם, זאגט דער רבי אז דורך מצוות סוכה ווערט מען געראטעוועט. האט דער ר"י געזאגט, ווייל סוכה איז אמונה, און אז מ'גייט מיטן אייבערשטן וועט גארנישט שאטן.
הושענא רבה
מוצשב"ק האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם דף גמרא, שפעטער איז מען צוריק געקומען צו משנה תורה, נאכדעם געווען א סעודה אין סוכה לכבוד הושענא רבה, דערנאך האט דער גאנצער ציבור אויסגעזאגט תהלים.
הושענא רבה אינדערפרי איז געווען א גרויס התעוררות, דער ר"י האט עטליכע מאל גערעדט ביי די הושענות, ער האט אסאך גערעדט איבער דעם אז אונז זענען געבליבן אידן נאר ווייל אונזערע עלטערן האבן געפאלגט די צדיקים מיט תמימות. דער ראש ישיבה האט געבעטן די פרויען מען זאל גיין צניעות'דיג "צניעות איז שיין" האט דער ראש ישיבה געזאגט. אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט מ'זאל בלייבן מיטן לולב - דאס מיינט אמונה א גאנץ יאר, און נישט חס ושלום אריינברענגען אין שטוב די כלים וואס מ'קען זען דערויף ווידיאס אדער האט אינטערנעט.
צווייטע טעג
שמיני עצרת ביים קידוש, האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט עצות פאר אינגעלייט וואס בלוטיגן מען מען מיינט אז מען מוז אנטון די קינדער מיט טייערע בגדים.
ביים געזעגענען פון די סוכה, האט דער ראש ישיבה געזאגט אז אסאך מענשטן ווערן נאך יום טוב "דאון", אבער דער רבי לערנט אונז אויס אז יעדן טאג איז סוכות שמחת תורה פסח און פורים, יום טוב נעמט אויף די הארה פון דעם יום טוב און מען האלט עס אן אויף א גאנץ יאר.
שמיני עצרת און שמחת תורה זענען אפגעראכטן געווארן הערליכע הקפות פאר לאנגע שעות ווי מען האט אויך געזונגען צווישן די הקפות מיט די קינדער און מיט די בחורים, בפרט די אידישע ניגונים וואס ברענגט ארויס די בענקשאפט פון אידן צום אייבערשטן, און די גרויסקייט פון לערנען די הייליגע תורה.
ביי די הקפות האט דער ראש ישיבה געבעטן מען זאל נישט שמועסן אין די זייט "א גאנץ ווינטער וועט מען קענען שמועסן, יעצט קומטס טאנצן מיט די תורה!" האט דער ראש ישיבה געזאגט.
אויך האט דער ראש ישיבה געזאגט אז ביים לשם יחוד פון הקפות, זעט מען אז דורך די הקפות נעמט מען אוועק די מחיצת הברזל צווישן אידן און אייבערשטן, זעט מען אז דורך טאנצן די הקפות קען מען אנהייבן שפירן אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט.
שמחת תורה פארן דאווענען איז געווען א שיינע שמועס איבער חתונה מאכן די קינדער אינג און זיי נישט לאזן אלט ווערן.
ביים נעילת החג איז דער ראש ישיבה געווען הייזעריג, דער ראש ישיבה האט געהייסן אויסרופן אז די ניעלת החג דרשה וועט זיין בעז"ה ביים ליל שישי שיעור דאנערשטאג בראשית.
דער הערליכער יום טוב האט איבערגעלאזט א שטארקע רושם אויף אנשי שלומינו וועלכע האבן געשעפט פרישע חיזוק והתעוררות צום נייעם יאר.
מי שלא ראה שמחה זו, לא ראה שמחה מימיו!