שיינע יום טוב ראש השנה דורך אויף אנשי שלומינו אין אומאן בראשות דעם ראש ישיבה שליט"א
ג תשרי תשפ"ג 📝
אנשי שלומינו זענען אונטערן רושם פונעם געהויבענעם יום טוב ראש השנה אין אומאן בצל הקודש פונעם ראש ישיבה שליט"א, ווי מען האט פארברענגט אינאיינעם, געדאווענט ברוב עם, געגעסן די סעודות שבת ויום טוב, און געזונען זמירות, און געהערט די פערל ווערטער די דרשות פונעם ראש ישיבה שליט"א.
ווי מיר האבן שוין באריכטעט ערב יום טוב, איז אריבער א גאר שיינער שבת קודש, דא וועלן מיר בעזרת ה' יתברך ממשיך זיין מיטן באריכטן דעם שיינעם יום טוב.
מוצאי שבת קודש איינס אזייגער נאך סעודת מלוה מלכה איז זיך א פילקעפיגער עולם צוזאם געקומען אין היכל הבית המדרש צו סליחות "זכור ברית", ווי הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א האט מיט זיין זיסן שטומע פארגעזאגט די סליחות מיט גרויס התעוררות. נאך די סליחות האט זיך אנגעהויבן דער ערשטער פלוס פון אנשי שלומינו וואס זענען געקומען געבן "פדיון נפש" פארן ראש ישיבה שליט"א וואס נוצט דאס געלט צו דרוקן און פארשפרייטן דעם הייליגן רבינ'ס ספרים.
אזוי אויך אינדערפרי נאך שחרית האבן זיך פארזאמעלט א שורה פון הונדערטער אידן צו געבן פדיון נפש פאר ראש ישיבה שליט"א וואס האט זיך געצויגן פאר לאנגע שעות, וואס צוליב דעם האט מען געמוזט מפסיק זיין, און מען האט ממשיך געווען פדיון נפש אין די נאכמיטאג שעה'ן פאר עטליכע שטונדן.
ערב יום טוב צום זמן איז זיך דער עולם צוזאם געקומען אין בית המדרש צו די לעצטע מנחה פון יאר, און מען האט געדאווענט מיט גרויס התעוררות. דערנאך איז פארגעקומען די סעודה אין בית המדרש, און וויבאלד דאס איז דער ערשטער טאג יום טוב איז עס געפראוועט געווארן מיט גרויס ערנסקייט.
ביידע טעג יום טוב זענען א גרויסע ציבור אויפגעשטאנען פארטאגס פארן עלות, און נאך א ווארימע מקוה האט דער ראש ישיבה פארגעלערנט דעם בלאט גמרא, נאכן שיעור האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט איבער דעם אז מען זאל אויסנוצן די צייט צו גיין צום הייליגן ציון, דער פלאץ ווי מען קען פועלן אלע ישועות. דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צופיס א האלבע שעה צום ציון הקדוש, ווי מען האט געזאגט דער "תיקון הכללי" און זיך אויסגעבעטן אלעס גוטס אין די צופרי שעה'ן ווען מען קען אביסל גרינגער צוקומען.
אום אכט אזייגער האט מען זיך געשטעלט דאווענען שחרית מיט גרויס געהויבנקייט, צו פסוקי דזמרה איז צוגעגאנגען דער ערשטער טאג הר"ר שלמה ראטה שליט"א און דער צווייטער טאג הר"ר אלחנן רוטה שליט"א, שחרית און מוסף האט דער ראש ישיבה געדאווענט מיט גרויס געהויבנקייט. פאר תקיעת שופר האט דער ראש ישיבה שליט"א געזאגט א תקיעת שופר דרשה ווי ער האט ארויסגעברעגט דער גרויסער עת רצון וואס עס איז דא אין הימל בשעת תקיעת שופר, וואס קיין שום מקטרג קען זיך דאן נישט עפענען דאס מויל, און איז א גוטע צייט תשובה צו טון. אזוי אויך האט דער ראש ישיבה געבעטן אז מען זאל זיך נישט פיינט האבן איינער דעם צווייטן, און אויב איינער האט עפעס קעגן א צווייטן זאל ער ביטע ארויסגיין פון בית המדרש.
נאכן דאווענען האט מען געפראוועט די סעודה מיט גרויס געהויבנקייט. אנשי שלומינו האבן אויסגענוצט די נאכמיטאג שעות מיט תורה תפלה התבודדות און גיין צום הייליגן ציון זיך אויסצובעטן אלעס גוטס.
נאכמיטאג איז דער גאנצער ציבור בראש פונעם ראש ישיבה שליט"א געגאנגען זאגן תשליך ביים וואסער וואס לויפט נעבן דעם בנין.
נאך מנחה האט דער ראש ישיבה געגעבן א שיינע שמועס, דער ראש ישיבה האט פארגעלערנט א שטיקל פונעם מחזור "עת רצון" פון מוהרא"ש זי"ע וואס ברענגט אראפ א שטיקל פון ליקוטי הלכות אז דער צדיק גייט נישט אוועק פון דער וועלט איידער ער לאזט איבער א תלמיד וואס ברענגט אריין די לימודים פונעם צדיק אין זיינע תלמידים, און אז מען מוז זוכן א פלאץ וואו מען רעדט איבער פשטות יהדות, א פלאץ ווי מען איז מחזק צו שלום בית, תורה, אמונה, התבדדות.
וכמעשהו בראשונה, כך מעשהו בשני', אבער פון נאך תשליך האט זיך שוין אנגעהויבן "דינא רפיא" ווען מען האט שוין מער געזונגען און געטאנצט ביי די סעודות. דער ראש ישיבה האט ארויפגערופן פארשידענע אנשי שלומינו זאלן זינגען שיינע חזנות שטיקלעך פון די פארשידענע פיוטים פונעם דאווענען, פון וואס דער עולם האט זיך דערקוויקט.
דער צווייטער טאג נאכמטאג האט דער ראש ישיבה געגעבן א קורצע שמועס, ווי מען האט צוערשט אנגעהויבן מיט ניגוני התעוררות און ניגונים פון בענקשאפט צום אייבערשטן. דערנאך האט דער ראש ישיבה ארויסגעברענגט אז ווען מען גייט אהיים דארף מען זען צו נעמען פונעם רבי'ן די מתנות וואס ער געבט אונז. מען זאל מיטנעמען מיט זיך דער סדר דרך הלימוד פון "זאגן" משניות און גמרא, מען זאל זיך איינפאקן די עצות פון שלום בית, "אויב די ווייב שרייעט, דארף מען נישט ענטפערן, נאר עס אננעמען אלץ כפרת עוונות און תשובה טון", מען זאל מיטנעמען די ריינע אמונה, לעבן מיטן אייבערשטן, זיך פרייען מיט די פשוטע מצוות, מיט שבת, תפילין, ציצית, בארד און פיאות.
נאך מעריב האט זיך דער עולם ארויסגעלאזט אין א פייערדיגע טאנץ ווי דער מנהג ביי ברסלב'ע חסידים, און מען האט געדאנקט דעם אייבערשטן אויף זיינע גרויסע חסדים אז מען האט געקענט איבערקומען אלע כלליות'דיגע מניעות ווי געלט, משפחה, מלחמה און אלע פרטיות'דיגע מניעות וואס יעדער גייט דורך פריוואט, און יעצט אז מען איז דורך דעם געהויבענעם ראש השנה, איז סמוך ובטוח אין זכות פונעם הייליגן רבי'ן אז מען האט געפועלט א זיס און געבענטש יאר, א שנת גאולה וישועה.
מי שהיה אצלי על ראש השנה, ראוי לו לשמוח כל השנה