שיינע יום טוב שבועות אין שטעטל אריבער מיט'ן ראש ישיבה שליט"א
ח סיון תשפ"ו 📝
א הערליכער יום טוב שבועות איז אריבער אויף גאנץ כלל ישראל בכל אתר ואתר, ובפרט ביי אנשי שלומינו איבעראל, וואו מען האט זיך מחזק געווען און ווידער מקבל געווען די תורה באהבה ובשמחה.
דא וועלן מיר געבן א קורצן באריכט איבער דעם וואס עס האט זיך אפגעטון אין שטעטל קרית ברסלב, ליבערטי, וואו אנשי שלומינו האבן אפגעראכטן דעם יום טוב אינאיינעם מיט'ן ראש ישיבה שליט"א.
פאר יום טוב האט דער ראש ישיבה געבעטן אז אלע שולן אין שטעטל זאלן ווייטער אנגיין כסדרן – סיי די ליקוטי מוהר"ן שול, סיי די ירושלים שול, סיי די עצתו אמונה שול, און אלע אנדערע בתי מדרשים; יעדער איינער זאל זיך צוזאמקומען דאווענען מיט אנשי שלומינו. דאס איז ווייל דער רבי האט צוגעזאגט אז ווער עס קומט צו אים אין די דריי זמנים פון יאר (ראש השנה, שבת חנוכה און שבועות), נעמט ער ארויס פון עולם התוהו. מען זאל נישט לעבן אין פאנטאזיע לאנד, נאר מען זאל לעבן אין דער ריאליטעט און געדענקען דעם מציאות אז דער אייבערשטער איז דא.
לכבוד שבועות האט מען הערליך צוגעגרייט דעם בית המדרש. מו"ה אייזיק אפעל הי"ו האט אויפגעשטעלט א מייסטערהאפטיגע שיינע חופה מיט בלומען און ביימער ביים ארון קודש און ביים באלעמער, און האט גאר שיין באצירט דעם בית המדרש לכבוד דעם יום טוב. פילע געסט פון נאנט און ווייט זענען זיך צוזאמגעקומען אין שטעטל.
די ערשטע נאכט שבועות האט מען געדאווענט גאר געשמאק. דער דיין שליט"א איז צוגעגאנגען צו מנחה, און ביי מעריב האט מען געהאט די זכיה צו הערן דעם ראש ישיבה שליט"א דאווענען פאר'ן עמוד.
נאך די סעודה איז דער עולם זיך צונויפגעקומען צום תיקון ליל שבועות. מען האט געזאגט דעם לעכטיגן סדר תיקון ליל שבועות וואס דער הייליגער אריז"ל האט מתקן געווען, וואס דויערט נישט צו לאנג: דעם ערשטן און לעצטן פסוק פון יעדע פרשה און ספר פון תנ"ך. דערנאך האט מען געזאגט די תרי"ג מצוות. אנדערש ווי אלע יארן ביז יעצט, ווען מען פלעגט זיך אפשטעלן ביי יעדע הונדערט מצוות צו זינגען ניגונים פון אמונה, האט דער ראש ישיבה היי-יאר געזאגט: "רבותי, מיר גייען עס שניידן דאס מאל ביי יעדע פופציג, מסכים?" מען האט זיך אפגעשטעלט ביי יעדע פופציג מצוות ווייל מען האט זיך פשוט נישט געקענט איינהאלטן אזוי לאנג; מען האט זיך אויפגעשטעלט פון די פלעצער און אויסגעבראכן אין א געזאנג, טאנצנדיג מיט א געוואלדיגע שמחה. מיר זענען זוכה מקיים צו זיין אלע תרי"ג מצוות, און אפילו די מצוות וואס זענען נאר נוגע בזמן שבית המקדש היה קיים זענען מיר אויך מקיים, ווייל מיר בענקען זיי מקיים צו זיין. יעדער איז געווען פרייליך אז מען עסט נישט קיין טריפות און קיין חמץ בפסח, און אז מיר זענען דעם עם הנבחר. מען האט געזאגט די תרי"ג מצוות און געטאנצט ביזן עלות. אינצווישן האט דער ראש ישיבה עטליכע מאל גערעדט און ארויסגעברענגט ווי גליקליך מיר זענען.
פארן דאווענען שחרית איז פארגעקומען א הערליכער שיעור דורכן ראש ישיבה. ביי "אהבה רבה" האט מען געזונגען דעם באקאנטן ווארימען ניגון וואס שטאמט פונעם הייליגן ר' ר' מענדעלע רימינוב'ער זי"ע; מען האט עס ארויפגעזעצט אויף די ווערטער און געזונגען אינאיינעם, וואס דאס איז אריין טיף אין הארץ. אנשטאט צו זינגען "אוי יו יאם, אי יי יאם", האט מען געזונגען "אהבה רבה אהבתנו", און דער באדייט דערפון - "באשעפער דו האסט אונז ליב" - איז אריינגעדרונגען טיף אין די ביינער. דערנאך ביי "חמלה גדולה ויתרה חמלת עלינו", האט מען געשפירט די גרויסע און שטארקע רחמנות וואס דער אויבערשטער האט אויף אונז. נאך אזא הקדמה, ווען מען איז צוגעקומען צו די ווערטער "אבינו אב הרחמן המרחם רחם עלינו", בעטנדיג פונעם אויבערשטן ער זאל ווייטער רחמנות האבן אויף אונז מיר זאלן קענען לערנען זיין תורה און אים פאלגן, האט זיך דאס הארץ געעפנט; מען האט זיך גוט אויסגעבעטן און זיכער געפועלט.
נאכן דאווענען איז פארגעקומען א הערליכער מעמד, וואו מען האט געהערט א גאר טיפן און שיינען "קרעפל פשטעל, וואס האט יעדן איבערגענומען. עס איז געווען א מחזה הוד ווען מאסן קינדער און בחורים צוגלייך האבן זיך געשלענגלט אין א לאנגע רייע, יעדער איינער מיט זיינע סיומים; עטליכע קינדער האבן אפילו געמאכט א סיום הש"ס.
צוערשט האט א אינגל, יוסף פעלדמאן ב"ר משה יחיאל, געמאכט א סיום הש"ס. דערנאך האט הבחור החשוב ב"ר שמעון עוזר מיטלמאן אויך געמאכט א סיום הש"ס, נאכגעפאלגט מיט נאך אסאך הערליכע סיומים איינס נאכן צווייטן. עס איז געווען א לעכטיגער מחזה צו זען אזא הערליכע "קרעפל פשעטל"; מען האט געזען ווי יעדער איינער האט א שייכות מיט די תורה, און אז די תורה איז געמאכט פאר אונז אלע און יעדער קען עס דערגרייכן.
דערנאך האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט איבער די שיינקייט פון דעם דרך הלימוד, וואס לערנט אונז אויס אז די תורה איז נישט געמאכט נאר פאר געוויסע יחידים, נאר יעדער איד קען אנקומען צום כתר תורה.
ביינאכט האט מען זיך צוזאמגעקומען און געליינט די תנאים שבין ישראל לאבינו שבשמים. עס איז ארויסגעברענגט געווארן די שיינקייט פון דעם וואס מיר האבן די תורה, וויאזוי מיר וואלטן נעבעך אויסגעזען אן איר, און ווי שטארק מען דארף זיך פרייען מיט דעם מתנה טובה.
א ווייטערדיגע באריכט וועט בעז"ה נאכפאלגן.