שיינע מלוה מלכה להודות ולהלל מוצש"ק מקץ-חנוכה אין איבערגעבויעטן בנין התלמוד תורה אין קרית ברסלב ליבערטי
א טבת תשפ"ב 📝
דער גאנצער שטעטל קרית ברסלב ליבערטי אנשים נשים וטף און נאך פילע פון אנשי שלומינו פון נאנט און ווייט זענען זיך צוזאם געקומען אינעם גרויסן זאל פונעם ניי פריש איבערגעבויעטן בנין התלמוד תורה אין קרית ברסלב ליבערטי, דעם מוצאי שבת קודש חנוכה, צו א גרויסע סעודת הודאה להודות ולהלל צום אייבערשטן, ווי מוהרא"ש שרייבט אין אשר בנחל אז מ'זאל זיך צוזאם קומען ליל ה' דחנוכה צו דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסד און נס אז מיר קריגן נישט אויפן רבין און נאך מער אז מיר זענען זיך מחיה מיט די עצות און זיסע לעבן - צוליב דעם זענען געקומען א גרויסע צאל אנשי שלומינו און האבן אפגעגעבן א שבח והודאה צום באשעפער אויף די שכל אין לעבן און הדרכה וואס מיר באקומען פון ראש ישיבה שליט"א וואס ציעט ווייטער דעם גאלדענעם קייט די תורה וואס ער האט געלערנט פון מוהרא"ש, וואס האט אונז געלערנט דעם וועג פון הייליגן רבין.
"ווי שיין איז דער אויבן אן, מיט די חשובע מלמדים ומרביצי תורה" האט דער ראש ישיבה געזאגט, "דער שענסטער אויבן אן זענען אונזערע מלמדים!".
די סעודה איז פארגעקומען ווי געזאגט אינעם בנין וואס מען האט אפגעקויפט פאר די תלמוד תורה. דער בנין איז געבויעט געווארן פאר איבער הונדערט יאר צוריק מיט מסירת נפש דורך אידן וואס זענען דאן געקומען פון אייראפע, זיי האבן געבויעט א ריזיגן ביהמ"ד שטארק און שיין, אבער איין טעות האבן זיי געמאכט, זיי האבן נאכגעלאזט די חינוך הבנים והבנות, די קינדער האט מען געלאזט גיין שארן די שניי און צוזאם נעמען די בלעטער...
די שיינקייט פון היכל הקודש, איז אז מ'גיבט זיך אפ מיט די קינדער. צום ביישפיל, איין אינגערמאן פארציילט, אז גייענדיג איין טאג אויפן גאס דא אין שטעטל צוזאמען מיט זיין קליין אינגעלע, זענען אים אנטקעגן געלאפן א גאנצע מחנה הינער, רופט זיך אן דער קליינער "טאטי, איך האב נישט מורא, מיין רבי האט מיר אויסגעלערענט אז 'השם לי', דער אייבערשטער איז מיט מיר, 'ולא אירא', איך האב נישט מורא פון קיינעם, קיינער קען מיר גארנישט טון!"
אויף דעם איז מען געקומען דאנקען דעם באשעפער עד הנה עזרונו רחמיך.
מען האט זיך געוואשן צו א שיינע סעודה, מען האט געזונגען זמירות, און געהערט עטליכע שיינע דרשות.
הר"ר אברהם הערש וועבערמאן שליט"א איז געווען דער יושב ראש, מען האט געהערט א שיינע דרשה פון הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א וואס האט גערעדט דער דבר המוסדות, און ארויסגעברענגט וואס איז אונזער ציל. אוזער ציל איז אריינצוברענגען אמונה נישט נאר אין אונז, נאר געדענקען אז עס זענען דא נאך אידן אויף דער וועלט, און יעדער קען העלפן צו פארשפרייטן אמונה פאר נאך אידן.
דערנאך האט מען געהערט שיינע ווערטער פונעם אדמיניסטראטאר מו"ה רפאל פארסט הי"ו, וואס האט ארויסגעברענגט אז מיר דאנקען השי"ת אז מיר האבן געטראפן דעם פך שמן חתום בחותמו של כהן גדול, וואס מיט דעם צינדן מיר אן די 8 ליכט, די אכט מוסדות, די חדרים, מיידל סקולס, ישיבות, כוללים אין וויליאמסבורג, קרית יואל און קרית ברסלב.
דערנאך האט הר"ר יואל מנחם גרשון שניטצלער שליט"א באדאנקט פאר אלע וואס האבן געהאלפן דרוקן די הייליגע בריוו "עצתו אמונה".
דערנאך האט מען געהערט שיינע דיבורים פונעם ראש ישיבה שליט"א, וואס האט גערעדט איבער חינוך הבנים והבנות, און אז אן דעם איז גארנישט דא, איבער די חשיבות פון די מלמדים פון היכל הקודש, וואס זענען נישט קיין פשוטע מלמדים, זייערע הענט זענען געבינדן, מוהרא"ש לאזט נישט שלאגן, שרייען, און ארויסווארפן, זיי מוזן ארבעטן זייער שווער, מיט אלע סארטן קינדער. "די מלמדים זענען די טייערסטע וואס היכל הקודש פארמאגט".
ומנותר קנקנים נעשה נס לשושנים
📸 דער ציבור ביים מלוה מלכה