שיינע מסיבות לטובת די כולל היכל הקודש ווערן אפגעהאלטן
כה חשון תשפ"ד 📝
אין די וואכן איז דער געשמאקער און געטרייער גבאי פון די כולל הר"ר משה ארי' שניטצלער שליט"א פארנומען מיט די מסיבות לטובת די הייליגע כולל היכל הקודש. דער כולל צו וואס אנשי שלומינו האבן א ספעציעלע געפיל וויסענדיג אז מיט דעם שטיצט מען די טייערע אינגעלייט תלמידי חכמים וואס יראתם קודמת לחכמתם וואס זענען כוסק בתורה בהתמדה רבה, אזש אז דער ראש ישיבה האט זיך שוין עטליכע מאל אויסגעדרוקט זיין וואונדער וואס די אינגעלייט באמערקן ניטאמאל ווען ער קומט אריין, צוליב וואס זיי זענען אזוי אריינגעטון אין די הייליגע תורה.
די כולל האט דער ראש ישיבה אהער געשטעלט כדי מען זאל קענען אנגיין מיט די הייליגע קהלה, און מען דארף האבן דיינים וואס קענען פסק'ענען אין אלע סוגיות ווי קאמפליצירט עס זאל נאר זיין, דער ראש ישיבה געבט פאר די אינגעלייט זאלן דורכטון א סוגיא איידער מען שטעלט אהער יעדע זאך אין די קהלה, ווי צום ביישפיל די מקוואות, שחיטה, כשרות וכדומה. אויך וועלן בעז"ה וועלן בעזרת השם ארויסקומען פונעם כולל פרישע דיינים וואס פעלט אויס צוליב די וואוקס פון די קהלה.
דער מנהל ר' משה ארי' אראנדזשירט אין די טעג באזונדערע מסיבה'לעך פאר יעדע פון די בתי מדרשים אין שטעטל, פיר מסיבות זענען שוין פארגעקומען, מאנטאג לך לך, איז געווען א מסיבה ביי הר"ר רפאל פארסט שליט"א פאר די מתפללים פון בימה"ד מקור השמחה, און מיטוואך לך לך האט הר"ר ישראל חיים ברוין שליט"א מסדר געווען א מסיבה פאר די מתפללי ביהמ"ד ליקוטי מוהר"ן, מיטוואך חיי שרה האט מו"ה ישראל סאמעט הי"ו פאררופן א מסיבה ווי די מתפללי ביהמ"ד פעולת הצדיק האבן זיך באטייליגט, און מיטוואך וירא איז פארגעקומען א שיינע מסיבה ביי הר"ר" יואל שניצלער שליט"א פון בימה"ד עצות אמונה.
ביי די מסיבת האט ר' משה ארי' אויפגעטרעטן און בעיקר ארויסגעברענגט די נייע איניצאיטיוו וואס איז מעודד די וואס קענען נישט געבן גרויסע סכומים פאר'ן כולל, מען זאל זיך איינשרייבן צו באקומען א פערזענליכע טעקסט פונעם גבאי וואס וועט זיי פרעגן וויפל זיי קענען געבן יעצט, און ווי ר' משה ארי' זאגט זענען די וואס האבן זיך איינגעשריבן אים זייער דאנקבאר, ווייל דורכדעם זענען זיי שוין אנגעקומען דורך פרוטה פרוטה מצטרפת און געקענט אויסצאלן א זכות "אברך לחודש" פון $1,400, און עס איז אפילו פארהאן אינגעלייט וואס האבן געקענט קומען צום סעודת ראש חודש מיטן ראש ישיבה, אלעס בלויז דורכן געבן וויפיל זיי קענען דעמאלטס.
ר' משה ארי' זאגט קלאר אז יעדער קען צוקומען צו קומען צו א סעודת ראש חודש מיטן ראש ישיבה, און איבער פופציג אינגעלייט זענען שוין אנגעקומען דערצו. יעצט שטעלט זיך די פראגע וואס יעדער פרעגט וויאזוי מען קען קומען צום סעודת ר"ח? דאס איז באשטימט פאר ווער עס געבט א פרנס השבוע. פאר סיי וועלכע פראגע, און פאר נדבות פאר'ן כולל, קען מען זיך אלץ פארבינדן צום מנהל ר' משה ארי' שניצלער 347-585-6166.
🎦 מסיבה פארן כולל אין ביהמ"ד ליקוטי מוהר"ן
🎦 מסיבה פארן כולל אין ביהמ"ד מקור השמחה