א הערליכע מסיבת הכרת הטוב איז פארגעקומען פארגאנגענעם וואך, פאר די חשובע פרויען וואס האבן אריינגעברענגט גרעסערע סכומים ביים קאמפיין פאר די מוסדות פאריאר זומער. די חשובע פרויען וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט געשטעלט צו פירן די לעידיס אקזילערי, האבן באשלאסן אז כדי צו ווייזן הכרת הטוב פאר אלע חשובע פרויען וואס האבן ארויסגעהאלפן פאריאר ביים יערליכן קאמפיין, וועט מען אהערשטעלן א הערליכע רייכע אווענט, באגלייט מיט א שיינע רייכע פראגראם.
 
די אווענט איז פארגעקומען אין שטוב פון מרת אפפעל תחי’ וואס גיבט זיך אוועק א גאנץ יאר צו העלפן מיט וואס מען קען, אויך יעצט האט זי אהערגעשטעלט איר שטוב פאר די מסיבה. מען האט ארויסגעשטעלט א ריייכע מעניו, אלעס צוגעשטעלט אויף א געשמאקע היימישע אופן.
 
עטליכע פרויען האבן אויפגעטרעטן יעדער באזונדער האט ארויסגעברענגט פון איר פרעספעקטיוו די ציל פארוואס מען קומט זיך דא צאם, און וואספארא זכי’ מיר האבן אז מען קען אינאיינעם העלפן אזא הייליגע פלאץ וואס ברענגט אריין די לויטערע אמונה אין די גאנצע וועלט. א פלאץ ווי מען איז מחנך די קינדער אויף א וועג אז זיי זאלן וויסן און געדענקען זייער גאנצע לעבן אז עס איז נאר דא איין אדרעס צו וועם מען קען זיך ווענדן ווען מען דארף עפעס, דאס איז ביים הייליגן באשעפער.
 
אלע חשובע פרויען זענען ארויס פונעם מסיבה מיט פרישע כוחות, גרייט צו העלפן נאכאמאל ביים היי יעריגן קאמפיין. און מיט’ן אייבערשטנ’ס הילף וועט עס זיכער ווערן געקרוינט מיט א געוואלדיגע סוקסעס.