שיינע סיום הש"ס דורך בעל מנגן מו"ה חיים מאיר ערפס הי"ו פארגעקומען אין ישיבה
יט אייר תשע"ח 📝
פאריגע וואך איז פארגעקומען א גאר שיינע סיום הש"ס דורכן באקאנטן בעל מנגן מו"ה חיים מאיר ערפס הי"ה (CME). מען האט זיך געוואשן צו א סעודה, און געזונגען שיינע ניגונים, און דערנאך האט דער בעל שמחה מו"ה חיים מאיר הי"ו געזאגט א שיינע דרשה.
ער האט ארויסגעברענגט ווי ער איז נתעורר געווארן פאר עטליכע יאר צוריק זעענדיג ווי אינגע בחורים זענען זוכה דורכן הייליגן רבינס עצות צו ענדיגן מסכת נאך מסכת און זענען זוכה נאך א קורצע צייט צו ענדיגן גאנץ ש"ס. אזוי האט ער אנגעהויבן צו לערנען בלאט נאך בלאט, און האט ב"ה נאך 22 חדשים, זוכה געווען צו ענדיגן.
דערנאך האט מען געהערט שיינע ווערטער פונעם ראש ישיבה וואס האט מחזק געווען די תלמידים צו גיין ווייטער אויף דעם וועג וואס דער רבי האט אונז געלערענט, און אזוי וועט מען האבן א שיינע לעבן.