שיינע סיום הש"ס אין ישיבה
י חשון תשפ"א 📝
די וואך דינסטאג איז פארגעקומען א שיינע סיום הש"ס אין ישיבה, ווען הבחור החתן שמעי איינהארן ני"ו האט זוכה געווען מסיים צו זיין גאנץ ש"ס.
עס זענען זיך צוזאמגעקומען די תלמידי הישיבה און פילע קרובים און באקאנטע זיך מיטצופרייען מיט די שמחה.
ביים סיום האט צוערשט גערעדט דער מחותן מו"ה משה ארי' שניצלער הי"ו, וואס האט ארויסגעברענגט זיינע דאנק געפילן צום אייבערשטן אז ער איז זוכה מיטצוהאלטן נאך א סיום הש"ס אין זיין משפחה, נאכדעם וואס די פריערדיגע קינדער האבן שוין זוכה געווען מסיים צו זיין ש"ס, און גלייכצייטיג געדאנקט דעם אייבערשטן אויף די זכי' צו זיין ביים הייליגן רבי'ן, און דורך דעם זען אזויפיל נחת ביי אלע קינדער.
דערנאך האט דער חתן געמאכט דעם סיום, מ'האט געזינגען ווארעמע ניגונים, און דאן האט גערעדט דער טאטע מו"ה שאול חיים איינהארן הי"ו, מיט לויב און דאנק צום אייבערשטן אז זיין זון האט זוכה געווען מסיים צו זיין ש"ס, און מיט דברי ברכה ער זאל ווייטער ממשיך זיין צו לערנען די הייליגע תורה זיין גאנץ לעבן.
דערנאך האט גערעדט דער ראש ישיבה שליט"א, וואס האט גערעדט בשבחו פונעם חשוב'ן חתן וואס האט אויסער זיין התמדת התורה, אויך אסאך געהאלפן אין ישיבה, און איז באקאנט מיט זיינע מדות טובות. ווי אויך אז דער חתן האט דעם ריכטיגן שכל נישט אויסצונוצן דאס געלט פון די עלטערן פאר נארישקייטן, און דערפאר האט ער געבעטן זיינע עלטערן אז ער וויל זיין חתונה זאל פארקומען אין ישיבה, עס זאל נישט קאסטן קיין איבריג געלט.
דער ראש ישיבה שליט"א האט ארויפגערופן נאך עטליכע חתנים וואס זייער חתונה איז געפלאנט פארצוקומען בקרוב אין ישיבה, און יעדער פון זיי האט ארויסגעברענגט זייער שמחה אז זיי קענען האבן א פשוטע חתונה, דער עיקר שמחה איז נאך די חתונה אז מ'איז זוכה אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל.
כי טוב סחרה מכל סחורה!