שיינע סעודת ל"ג בעומר אין ביהמ"ד היכל הקודש וויליאמסבורג
יח אייר תשע"ח 📝
נעכטן דאנערשטאג נאכט זענען זיך אנשי שלומנו זיך צוזאם געקומען זיך צו פרייען לכבוד די הייליגע הילולא פון רבי שמעון בר יוחאי, אין ביהמ"ד היכל הקודש אין וויליאמסבורג.
מען האט זיך געוואשן צו א סעודה, און געזינגען די פיוטים לכבוד התנא אלוקי רבי שמעון בר יוחאי און נאך שיינע ניגונים, דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א.
דער ראש ישיבה האט אנגעהויבן מיטן ארויסברענגען די גרויסקייט פון דעם טאג, און פון דעם הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי, און זיין הייליגן ספר זוהר און תיקוני זוהר. דער ראש ישיבה האט מעורר געווען אז יעדער זאל אנהייבן צו לערנען זוהר, וואס אפילו נאר זאגן די הייליגע ווערטער איז מורא'דיג מסוגל צו אויפוועקן א מענטש, ער זאל זיך אנהייבן פרייען מיט די מצות וואס מען טוט. דער ראש ישיבה האט אויפגעמישט אין זוהר הק' און נאכגעזאגט ווי רבי שמעון בר יוחאי זאגט "יעדע ווארט תורה וואס א איד זאגט אפילו ער פארשטייט נישט גארנישט, נעמט עס דער אייבישטער און פלאנצט עס איין אין א גארטן און עס ווערט דערפון שיינע ביימער", וואס מיינט – האט דער ראש ישיבה געזאגט – אז קודם זאגסטו נאר די ווערטער, אבער צוביסלעך וועסטו זען ווי דו פארשטייסט שוין דא און דארט, דו קענסט שוין נאכזאגן עפעס, און די ווילסט שוין פארשטיין וואס מיינט דאס. דערפאר – האט דער ראש ישיבה געזאגט – דארף יעדע איז זיכער מאכן יעדן טאג צו לערנען אביסל יעדן טאג. אביסל חומש, משניות, גמרא, א.א.וו. – נישט קיין חילוק צו די פארשטייסט יא, אדער נישט.
דערנאך האט זיך דער ראש ישיבה אפגעשטעלט און שטארק גערעדט איבערן ענין פון די טעכנאלאגישע כלים. "אז דיין מוסד פארלאנגט אז דו זאלסט נישט אריינברענגען אין שטוב קיין כלים וואס מ'קען זען דערויף נישט גוטע זאכן, און דו ווייזט זיי א כשר'ע טעלעפאן, און די שפילסט זיי אויס, דו ברענגסט אריין די אלע זאכן אין דיין שטוב, - וועמען שפילסטו אויס?! – האט דער ראש ישיבה געשריגן – וועמענ'ס שטוב מאכסטו חרוב? אז דיין קינד קומט אהיים פון חדר אדער סקול און די ביסט ביזי דעמאלטס מיט דיינע חברים אויף סאשעל מידיע, און דיין ווייב מיט איר שאפינג, פארוואס מיינסטו אז דיין קינד גייט האבן א געשמאק אין אידישקייט?!"
דער ראש ישיבה האט אביסל ארומגערעדט איבער דעם אז ווען א קינד קומט אהיים פון חדר אדער סקול, זאסלטו זיך אפגעבן מיט אים, רעד מיט אים אביסל, הער אים אויס, פרעג אים 'וואס האסטו געגעסן פאר לאנטש? – האסט עס ליב געהאט?, פרעג אים 'וואס האט מען געשפילט? מיט וועם האסטו געשפילט? – עס קען זיין – האט דער ראש ישיבה געזאגט – אז ער האט עפעס וויכטיג דיר צו זאגן, און ער ווארט צו זען אז דו ביסט דא אים אויסצוהערן.
דער ראש ישיבה האט אויך גערעדט פון דעם אז א מענטש דארף זיך דן זיין לכף זכות, אזוי וועט ער קענען אנקוקן אנדערע אויך מיט א גוט אויג. דער ראש ישיבה האט פארציילט א מעשה פון הייליגן רבי נתן זי"ע איבער דעם ענין.
צום לעצט האט דער ראש ישיבה געזאגט, "וואס האט רבי שמעון געטון ווען ער איז ארויסגעקומען פון הייל? – ער האט געזאגט, 'אז דער אייבישטער האט האט מיר געהאלפן אז איך בין געראטעוועט געווארן פון די רומיים, איך בין געזונט, לאמיר עפעס מתקן זיין פאר די וועלט' – האט דער ראש ישיבה געזאגט – "דער אייבישטער האט דיר געהאלפן, האסט געטראפן דעם הייליגן רבין, און דו האסט געטראפן דיין לעבן. דו ווייסט שוין אז דער אייבישטער איז דא מיט דיר ביי דיר, דו קענסט רעדן צו אים, דו ווייסט שוין אז די תורה איז אויך געגעבן געווארן פאר דיר, דו האסט זיך אויסגעלערענט אז אויך דו קענסט האבן שלום בית, כאטש דו האסט זיך אויפגעגעבן דערויף. יעצט געב פאר איינעם א קונטרס ער זאל אויך וויסן דערפון, ער זאל אויך האבן א גוט לעבן.
דערנאך האט מען געזונגען נאך שיינע ניגונים לכבוד התנא רבי שמעון בר יוחאי און מען האט געבענטש, דערנאך איז יעדער אהיים צו זיין שטוב און אריינגענומען אין זיך די הייליגע דיבורים, און עצות צו קענען אויספירן למעשה.