שיינע סעודת ל"ג בעומר אין ישיבה
יח אייר תשע"ט 📝
נעכטן מיטוואך אווענט איז זיך א שיינע ציבור אנשי שלומינו צוזאם געקומען אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב וויליאמסבורג אויף 27 סקילמאן סט. צו אפרעכטן א סעודת ל"ג בעומר און זיך מחזק זיין מיט די הייליגע לימודים פון התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי.
מען האט זיך געוואשן צו א סעודה, און מען האט געזונגען שיינע ניגונים פון ל"ג בעמור און די זמירות פון ל"ג בעומר, און דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן דברות קודש פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט אנגעהויבן מיט ארויסברענגען אז אפילו די וואס זענען נישט אין מירון קענען זיך מקשר זיין פון וואו אימער מיט רבי שמעון דורך לערנען די ווערטער פון דעם הייליגן תנא. רבי שמעון בן יוחאי זאגט (בכורות לא:): "כָּל תַּלְמִיד חָכָם שֶׁאוֹמְרִים דְּבַר שְׁמוּעָה מִפִּיו בָּעוֹלָם הַזֶּה שִׂפְתוֹתָיו דּוֹבְבוֹת בַּקֶּבֶר", יעדעס מאל מען זאגט די ווערטער פונעם צדיק, שאקלען זיך די ליפן פונעם צדיק און עס איז אזוי ווי דער צדיק לעבט; קומט אויס אז ווען מען לערנט די ווערטער פון רבי שמעון בר יוחאי אין משניות, גמרא און זוהר - איז אזוי ווי מען שטייט ביי רבי שמעון און מען קען אים בעטן אלעס וואס מען דארף.
דער ראש ישיבה האט צוגעברענגן פון הייליגן רבין וואס זאגט (ספר המידות, אות בנים, סימן סב): אז "דְּרִיכַת הַקֶּשֶׁת בְּלַ"ג בָּעוֹמֶר הִיא סְגֻלָּה לְבָנִים", עס איז א סגולה פאר קינדער אז מען זאל שיסן ל"ג בעומר מיט א פייל און בויגן; מוהרא"ש איז דאס מסביר מיט די מעשה וואס חכמינו זכרונם לברכה דערציילן (מדרש שיר השירים רבה א, ל) אז א פאר-פאלק זענען געקומען צום הייליגן תנא רבי שמעון בר יוחאי אז זיי וויל זיך גט'ן היות עס איז שוין איבער צען יאר וואס זיי האבן חתונה געהאט און זיי זענען נאך נישט נפקד געווארן מיט קינדער, האט זיי רבי שמעון געזאגט זיי זאלן מאכן א סעודה פאר זיי גט'ן זיך. בשעת די סעודה ווען דער מאן איז שוין געווען גוט בגילופין פון אפאר גלעזלעך וויין האט ער צוגערופן זיין ווייב און איר געזאגט: "היות מיר האבן געהאט שיינע יארן צוזאמען און יעצט גייען מיר זיך גט'ן וויל איך דיר געבן עפעס א טייערע זאך פון מיין פארמעגן, קלויב זיך אויס א טייערע חפץ פאר דיר און אזוי וועלן מיר זיך צעשיידן", האט זי אים געבעטן ער זאל איר געבן אביסל צייט צו טראכטן.
דער מאן האט ווייטער געטרינקען וויין, און ווען עס איז אריבער אביסל צייט איז ער אראפגעפאלן אויף דער ערד טויט שיכור און ער איז איינגעשלאפן. האט די פרוי געבעטן די משרתים זיי זאלן אים אריין לייגן אין בעט און אים ברענגען צו אירע עלטערן, צו מארגנס ווען ער האט זיך אויפגעוועקט און זיך ארומגעקוקט וואו ער איז האט ער נישט פארשטאנען וואס דא גייט פאר, האט זי אים געגעבן צו פארשטיין און אים געזאגט די ווערטער: "בשעת ווען מיר האבן געמאכט די סעודה האסטו מיר געזאגט אז איך קען זיך אויסוועלן א גוטע חפץ פון דיין פארמעגן; איך האב נישט קיין בעסערע זאך אויף די וועלט ווי דיר, דו ביסט מיין בעסטע זאך!" זענען זיי געגאנגען צו רבי שמעון בר יוחאי און אים דערציילט די גאנצע מעשה האט רבי שמעון בר יוחאי זיי געזאגט: "אויב זי האט דיר אזוי ליב און זי וויל זיך נישט צעטיילן פון דיר זאג איך אייך צו איבער א יאר וועט איר האבן א קינד", און אזוי איז טאקע געווען, זיי האבן זוכה געווען צו קינדער אלעס נאר צוליב דאס ליבשאפט און שלום וואס איז געווען צווישן זיי.
האט דער ראש ישיבה אויסגעפירט, אז מוהרא"ש זאגט אז דאס איז פשט אין דעם וואס דער רבי זאגט אז שיסן מיט א פייל און בויגן ל"ג בעומר, און מען נעמט אריין אין זיך דעם לימוד פון רבי שמעון וואס האט געזאגט פאר זיינע תלמידים (זוהר הקדוש נשא קכח.): "אֲנָן בַחֲבִיבוּתָא תַּלְיָא", אונזער זאך איז 'זיך ליב איינער דעם צווייטן', - דורך דעם איז מען זוכה צו קינדער און צו אלע ברכות.
דערנאך האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט פון די גרויסע אחריות וואס עלטערן האבן זיך צו מוסר נפש זיין עס זאל זיין שלום אין שטוב; דער מאן זאל מוותר זיין פאר זיין ווייב און די ווייב פאר'ן מאן כדי אז די קינדער זאלן אויסוואקסן ערליכע געזונטע קינדער. אזוי אויך זאל מען לעבן בשלום מיט די משפחה און שכנים, און זיכער צווישן אונז תלמידי היכל הקודש. דאס האט רבי שמעון בן יוחאי אריין געברענגט אין זיינע תלמידים, מען זאל זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן. ער האט געזאגט (זוהר הקדוש נשא קכח.): "אֲנָן בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אונזער זאך איז 'זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן'; מוהרא"ש זאגט אויף דעם א שיינעם רמז: א'נ'ן' איז די ראשי תיבות: "אַ'נְשֵׁי נַ'חַל נ'וֹבֵעַ - בַחֲבִיבוּתָא תַלְיָא", אנשי שלומינו דארפן זיך האלטן צוזאמען און זיך ליב האבן איינער דעם צווייטן.
דערנאך האט דער ראש ישיבה ארום גערעדט איבער דעם וואס מענטשן פרעגן דארף מען בעטן דעם אייבערשטן וואס מען דארף אדער דארף מען זיך איבערגעבן צום אייבערשטן און זיין צופרידן? האט דער ראש ישיבה מסביר געווען אז מען דארף ביידע, פון איין זייט דארף טאר מען נישט האבן קיין טענות אויפן אייבערשטן, אבער פון די אנדערע זייט ווי לאנג א מענשט לעבט דארף מען בעטן דעם אייבערשטן וואס מען דארף און קיינמאל נישט אויפגעבן.
דערנאך האט דער ראש ישיבה געזאגט אז היינט נאכט וועט נישט זיין קיין שיעור ווי יעדן דאנערשטאג; עס איז דא א חתונה אין ישיבה. און האט געזאגט אז עס איז כדאי צו קומען זען די חתונה, די שמחה פון די מחותנים און די שמחה פון חתן כלה. און זען אז עס פעלט גארנישט פאר די חתונה, עס איז א חתונה בחנם אזוי ווי מוהרא"ש האט געוואלט.
אשרינו מה טוב חלקנו ומה נעים גורלינו
קליפ: מען טאנצט לכבוד ל"ג בעומר
קליפ: סעודת ל"ג בעומר ודברות קודש פון ראש ישיבה
קליפ: הפצה ביים ציון הק' רשב"י
בילדער