שיינע "עצתו אמונה" פארברענג דינסטאג נאכט אין קרית יואל
י אייר תשפ"ב 📝
נעכטן איז פארגעקומען א שיינע פארברענג פון אנשי שלומינו אין קרית יואל, א שיינע ציבור זענען זיך צוזאם געקומען אין ביהמ"ד היכל הקודש אויף העיס קט. ווי דער גבאי הר"ר יואל פארקאש שליט"א האט אריינגעפירט דעם פארברענג מיט פארלערנען א שיעור אין ספר "פעולת הצדיק", ווי מ'האט אנגעהויבן פון די הקדמה, און דערנאך האט מען פארגעליינט א בריוו פון מוהרא"ש זי"ע אין אשר בנחל, און א בריוו פון ראש ישיבה שליט"א אין "עצתו אמונה" וואס האט זייער מחזק און מחיה געווען אלע באטייליגטע.
דערנאך איז געווען שיינע שיחת חברים, מען האט געשמועסט און פארציילט פארשידענע שיינע עובדות פון אנשי שלומינו, וויאזוי מען דערהאלט זיך מיטן רבינ'ס עצות, און ווי מען בעט דעם אייבערשטן אויף יעדע זאך און דער אייבישטער הערט צו און העלפט. אזוי אויך האט מען געהערט שיינע עפיזאדן פון הפצה - מען זאל נישט זיין סעלפיש און האלטן דעם סוד פון די גוטע לעבן וואס דער רבי געבט אונז פאר זיך, נאר ארום גיין מפיץ זיין די הייליגע ספרים און דרשות, מען האט געהערט שיינע מעשיות פון די מפיצים ווי אזוי מען הערט צוריק ווי מען ראטעוועט אידן וואס האבן זיך געדראפעט אויף די גראדע ווענט, און א דאנק הפצה האבן זיי געטראפן דעם צדיק וואס האט געראטעוועט דעם מצב, און צוריק געשטעלט אידישע שטובער.
דער פארברענג איז ברוך השם געווען מיט גרויס הצלחה, און אויפן פארלאנג פון די פארזאמעלט איז באשלאסן געווארן אז מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט מען אנהאלטן דעם "עצתו אמונה" פארברענג יעדע וואך, און מען וועט זיך צוזאם קומען אין קרית יואל אינעם בית המדרש היכל הקודש אויף העיס קט. יעדע דינסטאג נאכט אום 8:45 ווי מען וועט פארברענגען און זיך מחזק זיין מיטן רבינ'ס דיבורים, ביז 9:45 ווען מעט דאווענען מעריב.