אין די יעצטיגע טעג האט מען געענדיגט די ארבעט אין די אפיסעס פונעם קרן הדפסה צו צוגרייטן און מסדר זיין דעם פאפולערן לוח ברסלב וואס ערשיינט יערליך, פארן נייעם יאר וואס קומט צו גיין. עס קומט זיך א געוואלדיגע הכרת הטוב פאר זיי, בפרט פאר מו"ה אברמי פיש הי"ו וואס לייגט אריין אסאך צייט, מח און כח מסדר צו זיין א הערליכע און פונקטליכע לוח, בעסער און שענער ווי ביז יעצט.
 
טעגליכע לימודים: דער לוח פארמאגט די שיעורים פון די קהילה אין גמרא בבלי, ירושלמי, תוספתא, נ"ך און רמב"ם. לויטן פארלאנג פונעם ראש ישיבה האט מען מסדר געווען אז דער נ"ך שיעור זאל האבן נאר איין פרק א טאג, כדי עס זאל לויפן אינאיינעם מיט דעם סדר פון הרה"צ ר' יצחק שליט"א.
 
טעגליכע זמנים: דורך א נייע קאסטבארע פראגראם האט מען ב"ה צוגעשטעלט פונקטליכע זמנים פאר יעדן טאג. עס ענטהאלט די טעגליכע זמנים פאר ברוקלין: עלות השחר, נץ החמה, קריאת שמע לויט מגן אברהם און גר"א, זמן תפילה לויט מגן אברהם און גר"א, שקיעה, און צאת הכוכבים לשיטת רבנו תם. אזוי אויך זענען דא די זמנים פון הדלקת הנרות און מוצאי שבת קודש פאר יעדע וואך.
 
אויפן פארלאנג פונעם עולם האט מען צוגעלייגט אין די אונטערשטע חלק טבלאות מיט זמנים פון נאך עטליכע שטעט וואו אנ"ש וואוינען, כדי עס זאל זיין א דבר השלם.
 
אונטער יעדע וואך פארמאגט עס א שיינעם שטיקל פון ספר המדות וואס האט א שייכות מיט די זמנים פונעם יאר, און אין די זייט זענען געדרוקט שיינע מאמרים וואס מוהרא"ש זי"ע האט געשריבן פארן לוח וואס ער פלעגט ארויסגעבן יערליך.
 
פאר פילע טעג ווערן אויסגערעכנט די יארצייטן און פארשידענע אנדערע מאורעות וואס זענען נוגע פאר אנשי שלומינו.
 
די ארויסגאבע פונעם לוח האט זיך אביסל פארשלעפט און עס האט שוין געזאלט ארויסקומען אביסל פריער, אבער מען האט געוואלט ווארטן צו זען וואס עס וועט זיך אויסלאזן מיט די ביל אין קאנגרעס וואס וויל אנולירן די ווינטער זמנים – א זאך וואס איז דערווייל געלייגט געווארן אויף "האלד".
 
דער לוח איז צו באקומען אינעם קרן הדפסה און ביי די מפיצים אין צוויי ווערסיעס: אידיש און לשון הקודש.