שיינע שפיל מלא תוכן געשפילט אין בית פיגא מיידל קעמפ
כח תמוז תשע"ט 📝
די טייערע קינדער פון מחנה בית פיגא נוצן אויס די זומער וואכן מיט גאר אינהאלטספולע פראגמאען, וואס גרייט זיי צו צום לעבן מיטן אייבערשטן, די קינדער זאלן וויסן אז דער תכלית אין לעבן איז נאר טון דעם רצון ה', מען לייגט אריין כחות אין כיבוד אב ואם, שמחת החיים, אמונה, א.א.וו.
נעכטן מאנטאג איז געווען זייער א תוכנ'דיגער שפיל, וויאזוי עס זעט אויס ווען מ'דארף נעבעך גיין צו טערעפיסט וואס לעבט נישט מיטן אייבערשטן, ווי זיין ערשטע דאגה איז צי דער פאציענט האט געברענגט זיין קרעדיט קארד, ווייל אן דעם קען מען אפילו נישט רעדן. וויאזוי דער אזוי גערופענער טערעפיסט מאכט ליצנות פונעם פאציענט. לעומת זה איז ארויסגעברענגט געווארן אז אמונה גלייבן אז דער אייבישטער איז דא און הערט אויס וואס מ'רעדט צו אים, שפארט מען זיך איין די אלע זאכן.
מ'האט ארויסגעברענגט אז דער אייבישטער דארף נישט דיין געלט, ער דארף נישט קיין אפוינטמענט, ער קען דיר העלפן, און ער וויל דיר העלפן, און ער וועט דיר העלפן. דו דארספט בלויז רעדן צו אים, און וואס פשוטער אלץ בעסער, און אזוי וועט דיין ישועה זיכער קומען.
כי אתה שומע תפלת כל פה