שיינע קידוש לרגל הולדת הבת ביי מו"ה ישראל יעקב קרויס הי"ו אין ביהמ"ד היכל הקודש פרעמישלאן
ג תמוז תשפ"א 📝
קרעדיט הר"ר יואל טייטלבוים שליט"א
פארגאנגענעם שבת קודש קרח נאכן דאווענען, איז פארגעקומען א קידוש אין בית המדרש היכל הקודש ברסלב אויף די פרעמישלאן גאס אין קרית יואל, צום געבורט פון א מיידל ביי האברך החשוב מו"ה ישראל יעקב קרויס הי"ו, בן הרה"ח ר' בנציון יושע שליט"א, וחתן הרה"ח משה שמואל סאמעט שליט"א. דער קידוש ביי וועלכע עס האבן זיך באטייליגט פילע קרובים וידידים פונעם בעל שמחה - איז געפראוועט געווארן אויף א באשיידענעם אופן אויפן וועג ווי דער ראש ישיבה שליט"T לערנט אויס.
ספעציעל האט זיך אנגעזען די באטייליגונג פון הגה"צ רבי משה טייטלבוים שליט"א דומ"ץ ורב דביהמ"ד בית שמואל בנימין דקיט"ל דסאטמאר חדב"ן הגה"צ דומ"ץ קרית יואל שליט"א, וואס האט אויך אויפגעטרעטן מיט קורצע דברי ברכה און האט ארויסגעברענגט ווי געשמאק דער לופט פון ביהמ"ד איז, און האט זיך אויסגעדרוקט "מען שפירט דא אין ביהמ"ד א ריינע לופט, מען שפירט דא אן אטמאספערע פון אמונה, עס איז א פלאץ וואס מען רעדט נאר פון אמונה".
דער בעל שמחה מו"ה ישראל יעקב הי"ו איז פון די קביעות'דיגע מתפללים אין ביהמ"ד וואס שפירט אלץ פאר א זכיה ווי ער קען צולייגן א פלייצע און העלפן אין בית המדרש.
דער אייבישטער זאל העלפן דער בעל שמחה זאל זען אסאך אידיש נחת פון אלע קינדער געזונטערהייט.