דעם פארגאנגענעם מוצאי שב"ק איז אפגעראכטן געווארן אין ישיבה א שיינע שמחת שבע ברכות פאר'ן חשוב'ן חתן מו"ה ארי פיש הי"ו, פילע אנשי שלומינו זענען זיך צוזאמגעקומען פון אלע געגנטער מיטצוהאלטן די שמחה, און אויסדרוקן אן הכרת הטוב פאר'ן חתן וואס האט אזויפיל ארויסגעהאלפן די ישיבה אלע יארן.
ביי די סעודה האט דער ראש ישיבה שליט"א גערעדט, ער האט ארויסגעברענגט די מעלות פונעם חתן וואס האט גוט אויסגענוצט זיינע בחור'ישע יארן, ער האט געלערנט זייער פלייסיג, געענדיגט צוויי מאל ש"ס, צענדליגע מאל ששה סדרי משנה, און נאך פילע שיעורים, און גלייכצייטיג נאך פיל געהאלפן די ישיבה אויף אזויפיל אופנים, און צו די זעלבע צייט געהאט אזא לב טוב און פרייליך געמאכט יעדן איינעם. דער ראש ישיבה שליט"א האט מעורר געווען אז מ'דארף מיטנעמען די לימודים פון הייליגן רבי'ן אויך אויף נאך די חתונה, זיך שטארקן מיט א נייע פרישקייט, און אזוי וועט מען זייער מצליח זיין אין לעבן.
ביים סוף פון די דרשה האט דער ראש ישיבה שליט"א איבערגעגעבן א מתנה פאר'ן חתן, א זילבערנע "ה", וואס דער רבי זאגט אז דאס איז מסוגל פאר קינדער.
נאכ'ן בענטשן האט מען זיך ארויסגעלאזט אין פרייליכע טענץ, און משמח געווען דעם חתן ביז אין די שפעטע שעות.
שמח תשמח רעים האהובים!
 
זעט דא די דרשה פון ראש ישיבה שליט"א ביים שבע ברכות