קרעדיט הר"ר אהרן וועבערמאן שליט"א
 
נעכטן מאנטאג אווענט איז פארגעקומען א שבע ברכות ביים ראש ישיבה אין שטוב לכבוד די חשובע משפחת מו"ה אייזיק אפפעל הי"ו וואס האט געפירט זיין זון דער חתן גדלי' אונטער די חופה עב"ג הכלה תחי' בת מו"ה יואל ג'ברא הי"ו פון וויליאמסבורג.
 
דער ראש ישיבה שליט"א האט געגעבן א שיינע שמועס ביים שבע ברכות און זיך אויסגעדרוקט אז היינט מאכן מיר שוין נישט קיין שבע ברכות פאר יעדע חתן כלה אין די קהילה, עס איז דא קע"ה דא אסאך שמחות, און עס איז פשוט נישט שייך. אבער פאר משפחת אפפעל - האט דער ראש ישיבה געזאגט - מוזן מיר מאכן, ווייל זיי האבן זיך אוועק געגעבן אלע יארן פאר די קהלה בלב ונפש.
 
עס איז שווער אויסצורעכענען די פילע פעולות וואס די חשובע משפחה האט אלץ געטון פאר די קהילה, צום ערשטן איז די לעידיס אקזילערי וואס מרת אפעל תחי' האט געגרינדעט שוין מיט בערך צען יאר צוריק, ווי די חשובע פרויען זענען זיך מחזק איינע דעם צווייטן, און אזוי אויך מאכט מען כסדר פארטיס אריינצוברענגען נדבות פאר די ישיבה.
 
ר' אייזיק איז אלץ געשטאנען צו די רעכטע האנט פון ראש ישיבה שליט"א, ווען מען האט איבערגעבויעט דער בנין אויף סקילמאן סט. איז א גרויסע חלק פון די ארבעט געטון געווארן דורך ר' אייזיק'ס צוויי רעכטע הענט.
 
ר' אייזיק פירט אן דעם פאנדרעיזינג אפאראט פאר די נייע מוסדות היכל הקודש ברסלב על טהרת הקודש אין ירושלים עיר הקודש, וואס וואקסט און בליעט קע"ה יעדן טאג.
 
בפרט דארף מען ארויסברענגען דעם זאל "עטרת אפעל" וואס די חשובע משפחת אפעל האט אויפגעבויעט, וואס שפארט טויזנטער דאלערס ביי די שמחות פון אנ"ש סיי חתונות, שבע ברכות, און בר מצות. יעצט ווען ער האט זוכה געווען צו פירן זיין זון אונטער די חופה צייכענט מען אפ די פערציגסטע אין בית המדרש, וואס האט שוין געשפארט פאר אנשי שלומינו לכל הפחות א האלבע מיליאן דאלער.
 
זאל דער אייבישטער באצאלן פאר די חשובע מחותנים פאר אלע גוטע מעשים וואס זיי טוען, זיי זאלן זען פיל שמחה ונחת ביי דעם קינד און ביי אלע אנדערע קינדער געזנוטערהייט.