שיינע שבת מברכים סיון מיטן ראש ישיבה אין שטעטל בלומינג גראוו יצ"ו
כח אייר תשע"ט 📝
פארגאנגענעם שבת קודש פרשת בחוקותי שבת מברכים סיון, איז דער ראש ישיבה שליט"א ארויסגעקומען צו מחזק זיין דעם שיינעם בית המדרש היכל הקודש ברסלב, וואס איז געגרינדעט געווארן גענוי צוויי יאר צוריק א שבת בעפאר שבועות תשע"ז, אינעם נייעם בליענדן שטעטל בלומינג גראוו יצ"ו אין שכנות פון קרית יואל.
שבת קודש אינדערפרי נאך מוסף און תיקון הכללי איז געווען א שיינע קידוש נאכן דאווענען. ווי דער ראש ישיבה שליט"א האט פארגעלערענט סיפורי מעשיות, און האט געזאגט אז דער רבי האט געזאגט "איך זע אז תורה'ס העלפט שוין נישט וועל איך אנהייבן צו פארציילן מעשיות", און אין די מעשיות האט דער רבי אריינגעפלאכטן מוסר עצות און הדרכה צו נוצן טעגליך אין לעבן.
דער ראש ישיבה האט געזאגט אז רבי עקיבא האט געזאגט "איך וואונדער זיך צו מ'קען נאך היינט זאגן מוסר", האט דער ראש ישיבה ערקלערט, אז דער רבי האט געזאגט אז "מ'דארף וויסן וויאזוי צו זאגן מוסר. נישט יעדער איז ראוי צו זאגן מוסר, דער וואס ווייסט נישט ווי צו זאגן מוסר, קען נאך חלילה ערגער מאכן", און ווי רבי נתן האט זיך אמאל אויסגעדרוקט: "פאר יעדע לעפל מוסר, דארף מען א גאנץ שיסל התחזקות".
דערנאך האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט איבער סדר דרך הלימוד. און ארויסגעברענגט אז מ'האט יעצט געזאגט "חזק חזק", די אלע וואס האבן געפאלגט מוהרא"ש און מעביר סדרה געווען ווי די הלכה אין שו"ע יעדע וואך אנגעהויבן פון זונטאג, איז א גרויס שמחה ביי זיי היינט אז מ'האט זוכה געווען נאכאמאל צו ענדיגן גאנץ ספר ויקרא. אבער פארקערט ווער עס וויל נאר שלימות, און ווארט ביז פרייטאג צו מעביר סדרה זיין נאכן דאווענען מיט תפילין וכו' וכו', איז ער יעצט נעבן א "חוזק חוזק". דער ראש ישיבה האט אויסגעפירט מיט מעורר זיין אז יעצט אין די זומערדיגע לאנגע שבת נאכמיטאגס, בלייבט נאך איבער גענוג צייט נאכן סעודה, שלאפן און פארברענגען מיט די משפחה, אריינצואכפן אויך עפעס צו לערנען ביז מנחה.
ביי שלש סעודות האט דער ראש ישיבה ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון תפלה - רעדן צום אייבערשטן, בפרט אז מ'געפינט זיך דא אינדרויסן פון שטאט, ווי מ'קען לעבן און אטעמען מיטן אייבערשטן, דא איז מען ארומגענומען מיט גראז און ביימער. דער ראש ישיבה פארציילט אז אמאל איז דער רבי געפארן מיט א בעל עגלה, און עס איז געווארן א טרעפיק, איז דער בעל עגלה אריינגעפארן אין וואלד און געזאגט פאר רבין "איך פאר אראפ פון די געהעריגע וועג, איך לאז אויס דעם טרעפיק, אבער דארנאך קום איך צוריק צום אלטן וועג", האט דער רבי זיך צעפייערט און געזאגט פאר די ארומיגע "איך טו דאך אויך די זעלבע זאך, עס זעט אויס ווי איך האב גענומען א נייע וועג, אבער באמת איז דאס גאר אן אלטן וועג, דער וועג פון אונזערע אבות אברהם יצחק און יעקב", און האט ארויסגעברענגט אז רעדן צום אייבעשטן איז נישט קיין "ברסלבע זאך", צום ביישפיל - האט דער ראש ישיבה געזאגט - אין סאטמאר האט מען זייער אסאך גערעדט אז מ'טאר נישט נעמען די גאולה פאר די צייט, כאטש עס איז קלאר אז דאס איז דער אמת, מיט דעם אלעם, ווען איינער רעדט פון דעם אז מ'טאר נישט נעמען די גאולה פאר די צייט, זאגן אים מענטשן "ביסט א סאטמארער", די זעלבע זאך - האט דער ראש ישיבה געזאגט - איז מיטן רעדן צום אייבערשטן, אלע צדיקים האבן גערעדט פון דעם, נאר ווייל אין ברסלב האט מען זייער אסאך גערעדט פון דעם, ווייל דאס איז געווען אן עיקר ביים רבין, מיינט מען אז עס א "ברסלבע זאך".
עס מאכט זיך ליידער - האט דער ראש ישיבה געזאגט - מ'מאכט חתונה א קינד, און געענדיגט, מ'הערט מער נישט פון אים, די עלטערן קענען קוים ווארטן צו הערן א ווארט, א קאל, און פלוצלינג דער טעלעפאן קלינגט, דער קינד זיך דערמאנט אז ער האט א טאטע, וואס פארא שמחה איז דאס פארן טאטן! די זעלבע זאך פי כמה וכמה, באין שיעור וערך, דער אייבישטער ווארט אז מיר זיינע קינדער זאלן טראכטן פון אים און רעדן צו אים, וואס פארא שמחה ווערט אין אלע וועלטן ווען א איד דערמאנט זיך פונעם אייבערשטן, און זאגט אפילו נאר איין ווארט צום אייבערשטן.
דער ראש ישיבה האט ארויסגעברענגט אז יעדע מענטש גייט דורך שוועריקייטן, און וויל זיך אויסצורעדן, אנשטאט זאלסט יעצט גיין צו א פסיכאלאג, און צאלן שווערע געלטער, ענדערש גיי צום אייבערשטן און רעד זיך אויס צו אים. דער פסיכאלאג קען זיך אליינס אפילו נישט העלפן, אפילו ווען ער זאל וועלן, אבער דער אייבישטער ווארט פשוט אויף דיר זאלסט רעדן צו אים, און נאר פאר האט ער דיר געשיקט דיין ענגשאפט. קוק אין ביהמ"ד וועסטו זען, ווער נעמט ארויס א תהלים? נאר איינער וואס פעלט אים עפעס.
דערנאך איז דער שמועס אריבער צו סדר דרך הילמוד. דער ראש ישיבה האט געזאגט אויב דו האסט א חברותא מיט וועם דו לערנסט, געב עס נישט אויף, אבער מאך דיך א חשבון, וויפילט טעג א יאר האסטו נישט קיין חבורתא, צ.ב. שבת, ערב שבת, און אזוי ווייטער, צוזאמען קען עס אויסקומען א גוטע 100 ביז 150 טעג א יאר. מאך דיר א באזונדערע סדר - אויסער דיין חברותא - יעדן טאג צו "זאגן" א בלאט גמרא, און אפאר פרקים משניות, און אזוי ווייטער.
נאך מעריב האט דער ראש ישיבה פארגעלערענט דף בבלי און ירושלמי, און מיט דעם האט זיך דער שיינער געהויבענער שבת געשלאסן.