הונדערטער אידן זענען זיך צוזאם געקומען דעם פארגאנגענעם מוצאי שבת קודש אין היכל הישיבה אין וויליאמסבורג צום סעודת שושן פורים, וואו מ'האט זיך געוואשן לכבוד סעודת מלוה מלכה און מ'האט געזינגען זמירות פון מוצש"ק, דערנאך האט מען געהערט א שמועס פונעם ראש ישיבה שליט"א וואס האט ארויסגעברענגט ווי שטארק עס דארף זיין אונזער שמחה אז עס איז אריבער אויף אונז אזא הייליגע יום טוב פורים, און מיר האבן געהאט די זכיה צו טון די מצות היום, ליינען די מגילה, געבן משלוח מנות, מתנות לאביונים, א.א.וו.
דערנאך האט מען געזען א שיינע פרעזענטאציע פון מוהרא"ש זי"ע ביי פארשידענע יארן אום פורים, די ריקודין, און מ'האט געהאט די זכיה צו הערן אויסצוגן פון די הייליגע ווערטער פון מוהרא"ש, בשעת עס גיסן זיך פון זיינע אויגן טייכן טרערן, ווען ער רעדט איבער די גרויסע רחמנות וואס ער האט אויף בחורים און מיידלעך, ווי קיינער פארשטייט נישט וואס עס גייט אריבער אויף זיי, און ווי ער האט גענומען אויף זיך זיי צו העלפן מיט די גרעסטע מסירות נפש, און ווי דער סמ"ך מ"ם האט זיך פארלייגט אויף אים, אלעס נאר ווייל ער נעמט ארויס די הייליגע נשמות וואס דער סטרא אחרא האט שוין געהאט אין זיין טאש.
דערנאך האבן עטליכע טאלאנטפולע בחורים און אינגעלייט אויפגעשפילט א הערליכע פארשטעלונג פון די מעשה הייליגן רבי'ן וואס ווערט געברענגט אין ספר "כוכבי אור" פון "דער בן מלך וואס איז געווארן אן אינדיג", ווי מ'האט אויף א געשמאקע אופן ארויסגעברענגט גאר שיינע מוסר השכל, ווי אזוי דער הייליגער רבי לאזט זיך אראפ צו אונז, מיט אונזערע דמיונות, און שמועסט מיט אונז און גיט זיך אפ מיט אונז, און אזוי שטאטעלעך, אן דעם וואס מיר כאפן אפילו, ברענגט דער הייליגער רבי אונז צו צו די גרעסטע מדריגות, צו וואס די גרעסטע צדיקים זענען צוגעקומען, ווי רעדן צום אייבערשטן, און לעבן מיט אייבערשטן, א.א.וו.
דער שפיל פון וואס אלע האבן שטארק הנאה געהאט, איז געשפילט געווארן דורך הרב יחזקאל סאמעט שליט"א, הרב מרדכי אינדיג שליט"א, מו"ה מיכל ראזענפעלד הי"ו, מו"ה העניך אינדיג הי"ו, הב' משה ראזענבערג הי"ו, הב' נתנאל פארקאש הי"ו, און הב' בערל שניטצלער הי"ו.
די אנוועזנדע האבן גאר שטארק הנאה געהאט פונעם שפיל, וואס איז געווען גאר אינטערעסאנט און פרייליך, און צו די זעלבע צייט שטארק ארויסגעברענגט דעם מוסר השכל.
 
בילדער