שיינע שידוך געשלאסן צווישן אנ"ש חסידי ברסלב
ב אייר תשע"ח 📝
מיט גרויס שמחה האבן אנ"ש אויפגענומען די נייעס איבער די פרישע שידוך וואס איז געשלאסן געווארן. דער חתן איז הבחור החשוב יואליש קרויס ני"ו פון די תלמדים פון די הייליגע ישיבה תפארת התורה ברסלב וויליאמסבורג, א זון פון הרה"ח ר' משה קרויס שליט"א פון מאנשעסטער, די חשובע כלה איז א טאכטער פון הרה"ח המשפיע רבי פנחס בונקער שליט"א פון ירושלים עיה"ק.
דער חתן ני"ו האט זוכה געווען מפיץ זיין אן א שיעור ברסלבע ספרים און קונטרסים טאג טעגליך. אזוי אויך האט ער געלערענט אין ישיבה מיט גרויס התמדה ווי ער האט שוין געענדיגט אומצאליגע מאל משניות, דורכגעלערענט גאנץ ש"ס, מדרשים, זוהר, וכו'.
די עלטערן פונעם חתן זענען די עורכים פונעם גליון היכל הקודש אויף ענגליש און געבן זיך אוועק שעות יעדע וואך צו פארשפרייטן דעם רבי'נס אור פאר ענגליש רעדנדע ליינער. דער גליון האט געמאכט א געוואלדיגע מהפכה ביי טויזנטער אידן איבער די וועלט.
יעצט ווען דער חשוב'ער חתן איז זוכה און האט געטראפן זיין שידוך, איז דער וואונטש פון אנ"ש אז ער זאל זוכה זיין צו אויפשטעלן א שיינע ערליכע אידישע שטוב, און ווייטער פארשפרייטן און פארפלייצן דעם רבי'נס ספרים און קונטרסים מיט גרויס פלייס, און באקומען אלע ברכות וואס חז"ל זאגן אז מען באקומט ווען מען האט חתונה.
בילדער