שיינע שידוך פון א תלמוד הישיבה מיט א תלמידה בית פיגא
כו ניסן תשפ"ב 📝
א גרויסע שמחה הערשט אין ישיבה צום פרייליכע בשורה פונעם שידוך שליסן פון הבחור גדלי' אפפעל נ"י פון וויליאמסבורג וואס איז א חתן געווארן צו הכלה תחי' א טאכטער פון מו"ה יואל יצחק גברא הי"ו וויליאמסבורג.
דער חתן נ"י האט זוכה געווען אויסצונוצן זיינע אינגע יארן און אנגעפילט זיינע טעג מיט תורה ומעשים טובים, דער חתן נ"י לערנט שוין אינעם מוסד פון אלס קליין קינד, אזוי ווי איר קענט זעהן אינעם בילד, ער האט שוין זוכה געווען צו ענדיגן צענדליגע מאל ששה סדרי משנה, און ענדיגן מסכת תענית 40 מאל. דאס איז אויסער זיינע פילע שיעורים אין אלע חלקים פון די תורה, וואס ער לערנט פלייסיג יעדן טאג. אויסער דעם איז דער חתן נ"י אסאך עוסק אין העלפן די הייליגע מוסד ווי נאר עס פעלט אויס, וואס דאס איז אים זיכער צוניץ געקומען, מען זעהט אז דער הייליגער רבי צאלט צוריק פאר ווער עס העלפט אים.
אזוי ווי מוהרא"ש האט געבעטן און צוגעזאגט אז ווער עס וועט אויסזאגן גאנץ תהלים ביי זיין ציון לזכותו וועט ער פועלן פאר זיי זייער שידוך. איז טאקע דער חתן געווען ביים ציון הקדוש פון מוהרא"ש אין יבניאל, ווי ער האט אויסגעזאגט גאנץ תהלים, און ווי נאך טויזנטער אידן האט ער טאקע זוכה געווען צו טרעפן א גוטע שידוך זייער שנעל.
די לחיים / ווארט / תנאים איז פארגעקומען ביים ראש ישיבה שליט"א אינדערהיים, מען האט גלייך געליינט תנאים, און מיט דעם געשפארט אפאר טויזענט דאללער וואס קאסט צו אהערשטעלן עקסטער א תנאים.
זאל דער אייבערשטער העלפן אז דער שידוך זאל עולה יפה זיין, און זיי זאלן זוכה זיין אויפצושטעלן א בית נאמן בישראל, אמן.