היינט מיטוואך תרומה איז למזל טוב געשלאסן געווארן א פרישע שידוך פון א תלמיד הישיבה, ווען הב' דוד ראבינאוויטש, א זון פונעם ביאלע רבי פון בארא פארק, איז א חתן געווארן צו די טאכטער פון הרב שלמה ברוך בלוי שליט"א.
דער חתן האט פלייסיג געלערענט אין ישיבה תפארת התורה, ווי ער האט אויסגענוצט די צייט און געענדיג מסכת נאך מסכת, און געהאט שיעורים אין אלע חלקים פון די תורה. ער איז געווען פון די בחורים וואס האבן געענדיג מסכת תענית אין קעמפ יעדן טאג פאר פערציג טעג אין א צו. אויסער דעם האט ער פיל ארויסגעהאלפן דעם ראש ישיבה ווען נאר ער האט געקענט.
די ישיבה תפארת התורה האט א ספעציעלע הכרת הטוב פארן מחותן מצד החתן דער ביאלע רבי, וואס פאר צען יאר צוריק, ווען די ישיבה האט געהאלטן אין די ערשטע יארן פון כל התחלות קשות, האט די ישיבה געהאט איר אכסניה אין ביהמ"ד ביאלע אין בארא פארק.
דער מחותן מצד הכלה איז הרב שלמה ברוך בלוי שליט"א, וואס איז פון די תלמידים פון מוהרא"ש פאר לאנגע יארן, און געט זיך אוועק לייב און לעבן ווייטער צו פארשפרייטן זיינע הייליגע עצות פאר די גאנצע וועלט, אויף פארשידענע אופנים.
זאל דער אייבישטער העלפן אז זיי זאלן אויפשטעלן אן ערליכן אידישן הויז, א בית נאמן בישראל.
עוד ישמע בערי יהודה
 
בילדער