שיינע שידוך פון א תלמיד הישיבה
כ אב תשע"ט 📝
מיט גרויס שמחה האבן אנשי שלומנו אויפגענומען די בשורה פונעם שידוך שליסן פון הב' יעקב ראטטענבערג ני"ו פון די חשובע תלמידים אין ישיבה בן מו"ה יהוסף צבי הי"ו פון קרית יואל, עב"ג הכלה החשובה תחי' בת מו"ה אליעזר פוקס הי"ו פון ירושלים עיה"ק.
די מסיבת לחיים איז פארגעקומען היינט אינדערפרי אין הויז פונעם מחותן אין ירושלים עיה"ק מיט די באטייליגונג פון פילע קרובים און גוטע פריינט.
סיי דער חתן נ"י און סיי די כלה תחי' זענען ביידע געווען ביי מוהרא"ש'ס ציון אין יבניאל און געפאלגט וואס מוהרא"ש האט געהייסן אויפקריצן אויף זיין מצבה "יעדע בחור און יעדע מיידל וואס וועלן קומען צו מיין ציון און אויסזאגן דארט גאנץ ספר תהלים, וועלן איך נישט רוען אויף יענע וועלט ביז איך וועל טרעפן פאר זיי א שידוך". און ב"ה זיי האבן יעצט ביידע געטראפן זייער שידוך אין זכות פון אמונת צדיקים און פאלגן בתמימות ובפשיטות וואס דער צדיק האט געהייסן.
דער חתן איז א געטרייע איבערגעגעבענע תלמיד פון ראש ישיבה, וואס אויסער זיינע גוטע מידות טובות מיט וואס ער איז אויסגעצייכענט, לערנט ער פלייסיג א גאנצן טאג אין ישיבה ווי ער שוין געענדיגט ש"ס צוויי מאל, און גאר אסאך מאל ששה סדרי משנה.
עוד ישמע בערי יהודה ובחוצות ירושלים קול חתן וקול כלה
בילד אויפן קעפל איז פונעם חתן'ס צווייטער סיום הש"ס